פסקה
פסקה rh-9q4najn9
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-3g073qkc
- order
- O
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- הלא אותי בלבד גל הקב,"ה נאר אלע אידן, ביז אזא וואס בשם ישראל יכונה וואס דאס איז דאך כולל התחתון תחתון יותר, במילא בלייבט דאך ניט קיין איינציקער איד, סיי אנשים סיי נשים סיי טף, וואס זיינען ניט נכלל אין דעם, משא'כן בנוגע צו דער גאולה פון י'טס כסלו, האט טאקע דער אלטער רבי געזאגט, אז חסידות חב אד איז דאס ניט אן ענין פארבונדן מיט א חלק פון אידישן פאלק, נאר סוף-כל-סוף איז דאס א שייכות און דאס קומט-אן צו יעדערן פון אידישן פאלק, אבער דעמאלט איז דאך געווען דער ענין, ווי מ'האט דאס געזען בפשטות, אז אפילו אז ס'איז זיך אנגעהויבן יפוצו מעינותיך חוצה אין זמן פון דעם אלטן רבי'ן, און אפילו דערנאך אז ס'איז געווען רחובת הנהר בא דעם מיטעלן רבי'ן, און נאכמערער באם צ מחצדק, וואס האט פארנומען אויך דעם חלק פון אידן וואס זיי זיינען פארבונדן מיט נגלה, און דערנאך אויך ביים בעל הגאולה אליין, קודם הגאולה קומט דאס ניט צו דער יפוצו מעינותיך חוצה ווי ער אליין פארבינדט דאס, און איז דאס מגלה, און זאגט דאס אין אן איינפאכן לשון, וואס דאס איז מובן וגם פשוט, אז אפילו בשם ישראל יכונה ווערט ער אויך נגאל, וואס דאס איז דאך נאכמערער מדגיש, אז דאס איז א הכנה קרובה און א הכנה מעין ממש פון דער גאולה העתידה לבוא, וואס דער אויפטו פון די גאולה העתידה לבוא איז דאך, אז די גאולה פון גלות בבל און פרס ומדה און יון איז דאך געווען א טייל אידן וואס זיינען געבליבן בכלל נאך אין גלות, אפילו די גאולה פון ארץ מצרים כימי צאתך מארץ מצרים וואס אלע אידן זיינען ארויס פון ארץ מצרים, פון גלות מצרים, זיינען זיי דאך ארויס אין אזא אופן, אז ס'איז נאך געבליבן אן אפשריות, אז דערנאך זאל זיין לא זכו, במילא איז געווארן א מקדש אדמו כהוננו ידיך ניט משכן שעשה משה גלייך, נאר וואס דען ס'האט זיך אפגעלייגט א שפעטער, וויבאלד אז לא זכו איז דעמאלט געווען אויפגעטאן אין דער גאולה
- proofread
- 0