Paragraph
Paragraph rh-9nm43q4a
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0rmxmcm4
- order
- 3R
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- כי גערעדט שוין בא די פאריקן מאל וואס מ'האט זיך צוזאמענגעטרא פן, איז פונקט אזוי ווי מ'האט אן אפלערנונג פון דעם כללות'דיקן אופן פון דעם טאג, ווען מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן לויט די תורה פון בעל שם טוב, אז פון יעדער זאך וואס מ'באווייזט דאס צו עם חכם ונבון, צו א פאלק, וואס יעדערער פון זיי ווערט אנגערופן אז ער איז א חכם ונבון אנהויבן גלייך פון די קליינע קינדער ווי מ'געפינט דאך פילם מערערע סיפורים אין אונזער תורה, וואס ווערט דערציילט וועגן תינוקות של בית רבן, וועגן קליינע קינדער וואס זיי געהערן צו דעם אידישן פאלק, און דאס איז פארשריבן געווארן און איז געבליבן אין דער תורה, אז פון זיי לערנט מען דערנאך אפ אין די אלע דורות נאך דערויף אפילו ערוואקסענע, און ביז אויך זקנים פון זייער חכמה, און דערנאך זאגט תורה, אז יעדער קינד איז דאס בדוגמא ווי די קינדער ווי זיי זיינען געווען דעמאלט אין יענע זמנים, וויבאלד אז דאס ווערט זיי דערציילט אלס א משל און אן אפלערנונג פון קינדער, איז דאס גופא איז די ראי'און די הוכחה און נתינת כח, אז יעדער אידישער קינד וואס מ'דערציילט אים דאס, אדער וואס מ'וועט אים דערציילן דאס, האט ער דעם כח און דעם שכל, אז ער זאל זיך אזוי אויפפירן, און צוזאמען מיטן פארשטיין וואס מ'דערציילט אים, זאל דאס אויך אראפקומען אין מעשה בפועל, אין זיין אויפפירונג.
- proofread
- 0