Paragraph
Paragraph rh-9nam6kew
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-kwm01nc3
- order
- H6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- לעבעדיקייט אין דערויף, אז דאס זאל געטאן ווערן בתכלית השלימות, האט דער אויבערשטער באשטעלט באשטימטע טעג אין יאר וואס זיי ווערן אנגערופן מיט ספעציעלע נעמען, ווי דערמאנט פריערער, ימים טובים, און וואס אט דעמאלט, בשעת מ'טוט דאס אין דעם ספעציעלן טאג, אין א ספעציעלן ארט איז דאס דעמאלט האט דאס אשטארקערע ווירקונג דערנאך אויף כל הימים. וואס אט דאס איז אויך דער ארט דערויף זידע פון יעדערן פון אייך און פון יעדערן פון אונז, אז ווען ס'קומט חלמי סוכות אין א שנת הקהיל, אז יעדערער זאל נעמען אויף זיך און טאן וואס ס'הענגט אפ אין אים אויף הקהיל אויף צוזאמענקלייבן די קינדער ארום זיך, זייערע עלטערן, די מוטערס אנדערע אידישע פרויען, די פאטערס אנדערע אידישע מענער, און זיי אלע זאלן זיך דערמאנען און זאלן לערנען און הערן פרשיות אין תורה, וואס דאס איז דאך דער בוק וואס דער אויבערשטער האט געגעבן און האט דארט אריינגעשטעלט די מצוות פאר יעדער אידן אין אלע דורות און אין אלעערטער, ביז אויך אין דער שטאט און אין דעם יאר, ובמיוחד ספעציעל אין דעם יאר, וואס דאס איז שנת הקהל, און רעדן און פארליינען און מבאר זיין ערקלערן די קינדער צו די אנדערע קינדער וואס ארום זיי וואס ווייסן ניט דערפון, און אזוי אויך די עלטערן זייערע אדער די קרוביםצו די אנדערע וואס ווייסן נאך ניט דערפון, וועגן דער וויכטיקייט פון דער זאך. און אט דעמאלט ווערט דורכגעפירט דעם אויבערשטנ'ס אנזאג, וויבאלד אז ער האט מקיים געווען הקהל מיט די קינדער וואס ארום זיך, און אזוי האט דער פאטער און דער מוטער מקיים געווען הקהל מיט די פאטערס און מוטערס ארום זיי, און דער אויבערשטער זעט אוןדערפון יסמח השם במסיו ווי ער האט ערשטו געזאגט, אז דער אויבערשטער האט א גרויסע שמחה וואס אידן זיינען מקיים זיין ציווי, איז אט דעמאלט גיט ער זיי אלע ברכות, און גיט דאס פון אלע ווינקלן פון דער וועלט, אז מ'דארף אנקומען צו א זאך וואס געפינט זיך ערגעץ אויף פון דער ווייטן, געפינט דער אויבערשטער אמעגלעכקייט, אז דאס זאל אנקומען צו אט דעם קינד וואס האט דורכגעפירט דעם הקהל, אדער צו זיין פאטער און מוטער, און אזוי אויך ווירשט דאס אויף כל הימים, אז דער גאנצער יאר פון הקהל, און אויך כל הימים די טעג וואס נאך דערויף, איז דער אויבערשטער ממשיך און גיט אלע ברכות, און וואס אלע ברכות געהערן דאך צום אויבערשטן, ווי די טעגעזאגטאז בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ אז צו אים געהערט די אלע הימלען מיט אלע זאכן וואס געפינען זיך דארטן, איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת ער וויל געבן א קינד אדער דעם פאטער מיט דער מוטער געהערט דאס אלץ צו דעם אויבערשטן, און ער גיט דאס זיי אין דער פולסטער מאס וויפל זיי פארדינען און נאכמערער,
- proofread
- 0