Paragraph
Paragraph rh-9mnej2c4
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jhq6fgr1
- order
- SB
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זען אז אלע אידן זאלן געבן צדקה, און אויב ער קען אין דערויף ארויפהעלפן דארף ער אין דערויף נאך צוהעלפן, ניט זאגנדיק אין דיעה צום אידן, אז אפילו ווען ער איז דער וואס האט גענומען בא דעם אידן די צדקה, איז ניט ער איז דער וואס דארף מחליט זיין אויף וואס די צדקה זאל אוועקגיין אויף דערויף איז דא א שולחן ערוך, און וויסן דעם פסק דין אין שולחן ערוך, וואס פאר א צד וואס ער האט א דין קדימה וכיוצא בזה, איז א זיכערע זאך אז ניט ער איז דער פוסק בזה, ווארום ס'איז אינגאנצן א תכלת הנפש, אינגאנצן אן אנדערע, צווישן אויפמאנען געלט אויף צדקה, ווי צו פארנעמען זיך מיט פסק'ענען דינים, וואס איז דער עני און דער נצרח, צי איז ער יע-ווערט צי ער איז ער ניט ווערט דאס איז א זאך וואס איז מבלבל און שוואכט-אפ אט דעם וואס קען מאכ געלט אויף צדקה, און האט מצליח געווען בזה, און דערנאך האט מען מבלבל געווען, אז מיטאמאל דארף ער אנהויבן טראכטן וועמען מ'דארף יא געבן און וועמען מ'דארף ניט געבן, און וועמען מ'דארף געבן מערער, וועמען מ'דארף געבן פריער וכו אז דאס איז אינגאנצן אן אנדער תכונה בנפש, דארף זיין אויף דערויף אן אנדער מענטש, ווי מ'האט געזען ווען די שנים
- proofread
- 0