Paragraph
Paragraph rh-9m2rtm97
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xg7srbym
- order
- C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס זאגט תורה, איז דער חג הסוכות אויסגעטיילט פון די חג הסוכות פון פאראיארן און פון דעם יאר וואס וועט זיין? איז דאס ווי געזאגט כמה פעמים, אז דער יאר איז על פי התורה א חודש העיבור, וואס חודש העיבור הייסט, אז דער אויבערשטער האט אנגעזאגט אין זיין תורה, אז יעדער יאר האט צוועלף חדשים, דערנאך איז דא אויסגעטיילטע יארן, וואס מצד א טעם ווי ער ערקלערט אין תורה אין דעם ארדער-בוק האט ער א צוגעגעבענעם חודש, וואס דאס מאכט אנדערש דעם גאנצן יאר, אז דער גאנצער יאר ווערט אנגערופן שנת העיבור. ווי מ'זעט אויך בנוגע בא זיך אליין, בא די קינדער, אז בשעת זיי ווייסן אז זיי האבן אין דער ארמיי אן ארדער וואס וועט אנהאלטן א לענגערע צייט, מערער צייט, ווי א געוואיינלעכער ארדער, איז דאס גופא אונטערשטרייכט פאר זיי די וויכטיקייט פון דעם נייעם ארדער, ביז וואנענט אז דער קאמאנדירין שיף, דער אויבערשטער, האט אנגעזאגט, אז וויבאלד אז דאס איז א ספעציעלער ארדער דארף מען האבן מערער טעג און מערער חדשים מ'זאל אים קענען ערפילן ווי ס'דארף-צו-זיין. וואס דאס מאכט אנדערש אלע זאכן פון אן אידיש פון אן עיבור יאר, און מאכט דאס ספעציעל אנדערש בא די וואס געהערן צו דעם אויבערשטנ'ס ארמיי, און די וואס זיינען ערשט אריין אין דער ארמיי, וואס דאס זי דאך קינדער, זיי זיינען ניט לאנג ערשט יונג, און זיינען זיי שוין אקטיווע סאלדזשערס, אויף מלחמה-האבן דעם אויבערשטנ'ס מלחמות און מנצח זיין, איז דאך פארשטאנדיק, אז ביי זיי איז דאס נאכמער וויכטיקער.
- proofread
- 0