עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-9jxhyfgy

kind
paragraph
order
D
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
בכל עניניו, און יהי רצון, אז פון דעם דיבור בכל ענינים אלו זאל צוקומען בא יעדערן פון תלמידי הישיבות דא, און בא יעדערן פון תלמידי הישיבות בכל מקום שהם, אז זיי זאלן לערנען כל התורה כולה, און ווי דער דיוק בזה, אז דאס מיינט מען כל התורה כולה בפשטות, במילא לערנט מען, וויבאלד אז אסתכל באורייתא וברא עלמא, וואס עלמא איז דאך כולל בפשטות סיי שמים און סיי ארץ און סיי צבאיהם, איז דאך דא בשעת א איד איז אסתכל באורייתא לערנט תורה, ובפרט אין תורה עצמה, אין די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט עולם הזה התחתון, איז אט דעמאלט איז ער ממשיך, על ידי לימוד התורה איז ער ממשיך תוספות פרכות השם בכל עניני העולם, סיי שמים און סיי הארץ וכל צבאיהם, ולכל לראש אין די אלע ענינים אין וועלכע ס'נויטיקט זיך די ישיבות אין וועלכע זיי לערנען, און אין וועלכן זיי נויטיקן זיך אליין גשמיות'דיקע און רוחניות'דיקע זאכן, כדי זיי זאלן האבן מנוחת הנפש און מנוחת הגוף, און קענען לערנען תורה מתוך מנוחה אמיתית.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions