Paragraph
Paragraph rh-9hw3vhxe
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-6sy56fsj
- order
- lE
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מען געזאגט, ווי דערמאנט פריער, אתא חונים באדם דעת און דערנאך אויך דער ענין פון גואל ישראל, און דערנאך אויך את צמיד צמח דוד אבדתך מהרה תצמיח, און דערנאך איז מען דאך אויך ממשיך ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים גיט דער אויבערשטער נאך די בקשות פון יעדער אידן און אלע אידן, און ס'ווערט מקויים, אז ותחזינה עינינו אז די אייגן, ווי יעדערן פון אונז געזונטערהייט און פריילעכעהייט, בתוך כלל ישראל, זען בפועל ובפשטות ווי אזוי דער אויבערשטער קערט זיך און ברחמים, ליציון ערכו ירושלים עיר הקודש ולארצנו הקדושה. ובפרט נאך אז דאס איז גלייך גורם, אז דער אויבערשטער טראגט אריבער יעדער אידן און אלע אידן עם ענני שמיא מיט זיינע וואלקן, מיט דעם אויבערשטנ'ס וואלקן דארף מען ניט אנקומען צו אן אוירן וכיוצא בזה, ווארום מיט א וואלקן מאכט מען דאס א סך שנעלער, און מ'דארף ניט האבן קיינע טירחות, מ'באקומט דאס אומזיסט, ואדרבא מ'באקומט דאס מיט א סיוע מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה. וואס דאס איז דער עיקר המבוקש, דער עיקר פון אונזער בקשה, אז מ'זאל ניט ווארטן, דער אויבערשטער זאל ניט ווארטן, ווארום די גאולה העשית
- proofread
- 0