עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-9ezv6z0z

kind
paragraph
order
6M
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
איז מיני'יבקע ומבי גלותא ברחמים וואס דורך לערנען דעם ספר הזהר און די פירושים אויפן זהר וועלן די אידן בקרוב ארויס פון גלות און ארויס ברחמים, אן קיינע שוועריקייטן, ואדרבא מתוך שמחה וטוב לבב, ערקלערט ער, אז אין דעם ספר ווי אזוי ל'אומר איז פארבונדן מיטן פסוק מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד, וואס לכל לראש גייט דאך דאס אויף יעדער אידן און אלע אידן, וואס זיי ווערן אנגערופן אחים ובפרט לויט דער מקיים-זיין דעם אנזאג פון רבי עקיבא, וואס ער איז דאך געווען דער רבי פון רבי שמעון בן יוחאי, און רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט, אז זיינע מדות, זיינע אויפפירונגען, זיינען דאס גענומען געווארן תרומת מדות, און ווי מ'נעמט א תרומה פון א גאנצער כמות פון תבואה, און מ'קלייבט אויס און מ'איז מכריז און מ'הויבט אויף, וואס דאס איז דאך אויך דער אפטייטש אין תרומה, וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט אנווייזונג צו אידישע קינדער,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions