English
ספרייה
kind
paragraph
order
D
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ביתו ולכל תלמידיו. עאכו כמה וכמה אז אין דערויף קומט נאך צו, אז ס'קלייבן זיך צוזאמען מערערע אידן צוזאמען, וואס דעמאלט איז דאך ווען כולנו כאחד האט מען דאך דעמאלט א ברכה מיוחדה פון דעם אויבערשטן, מיט א נתינת-כח מיוחד, וויבאלד אז כולנו כאחד, ובפרט נאך אז מ'קומט זיך צוזאמען פון פארשידענע ערצער, און ווי רעדט נאך אויך פון פארשידענע מדינות, וואס נאך דעם אז מ'קומט זיך צוזאמען באווייזט דאך דאס, אז דער קירוב איז א סך א שטארקערער ווי על דרך הרגיל, וויבאלד אז ער קען מקרב זיין און פאראייניקן ביז פאראיינציקן אידן-אנשים נשים וטף פון פארשידענע מדינות, און פון פארשידענע פארשעפטיקונגען, ביז אפילו אויך פארשידן אין זייער לימוד התורה, ווארום אין דיעותיהן שוות מוז דאך זיין א שינוי פון איינעם ביז צווייטן א שינוי על פי תורה, וואס דאס באווייזט דאך, אז אלו ואלו דברי אלקים חיים דערפאר וואס די כוונה בא יעדערן איז אלץ די זעלבע, ביחד עם זה, אז מ'קומט אריבער די פארשידנהייטן, און מ'קומט זיך אלע צוזאמען, און מ'קומט זיך צוזאמען אויף א לענגערע צייט לפי ערך, און דערנאך, איידער מ'פארט זיך פאנאנדער, טרעפט מען זיך נאכאמאל, כדי איך אויף נאכמער פארשטארקן דעם קירוב, ביז א קירוב וואס איז געווארן אין אן אופן פון איחוד, ביז וואנענט אז ס'ווערט אין אן אופן אז ס'פועל דערנאך אויפן גאנצן יאר, אז דאס איז שנת הארבעים, איז דער גאנצער יאר האט א כח מיוחד אויף די אלע גוטע זאכן וואס ס'נעמט,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים