פסקה
פסקה rh-98cbyfwz
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-cee8sx0d
- order
- eX
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- גלייך דעם אויבערשטנ'ס ברכות און דעם אויבערשטן'ס געגעבענע מעגלעכקייטן זיי זאלן דאס קענען טאן אין א ברייטן אופן ווי דאס איז פארבונדן מיט יום-טוב, און נאך מערער ווי דאס איז פארבונדן מיט שבת. און דערנאך ווערט דאס אויך א לייכטער דער ביישפיל פאר אלע אידישע פרויען און אידישע מיידעלעך ארום זיך, וואס מאיזה סיבה שתהי'האבן זיי ניט געהאט אט דעם גליק פון דעם אמת'ע חיות, אידישקייט, דורך באקומען די אמת'ע אידישע ערציאונג, אז אויך ס'זאל זיין א לייכטנטער ביישפיל, אז זיי זאלן אויך אזוי טאן. און בשעת זיי וועלן טאן אין דעם אפילו גלייך אין אנהויבס, וואס זיי טוען דאס דערפאר וואס א צווייטער איז זיי מעורר אויף דעם, און ווירט אויף זיי אויף דעם, דערנאך באקומען זיי אויך די הבנה והשגה דעם איגערן פארשטאנד אין דעם, ובפרט נאך אין אונזער דור, וואס מ'לערנט אויך מיט אידישע פרויען און מיט אידישע טעכטער, אידישע תורה מיט אידישקייט, און מיט דער גאנצער ברייטקייט פון די פירושים אין דעם. און זיכער, אז דער אויבערשטער בשעת ס'איז דא דער הרתיל ואנשים והטף, סיי דער מעןער און סיי די פרויען, ביז אויך טף-קליינע קינדער, זיינען דורכגענומען מיטן זעלבן גייסט פון אידישקייט, און מיטן זעלבן גייסט פון בטחון אין דעם אויבערשטן, און מיטן זעלבן גייסט מיט דעם פעסטן באשלוס אויף פירן א טאג-טעגלעכן אידישן לעבן, אפילו אין וואכעדיקע טעג, און זיכער אזוי נאכמערער אין ימים-טובים בכלל, און זיכער אין ימים-טובים עצמם, אין דעם יום-טוב פון מתן תורה, חג השבועות,
- proofread
- 0