Paragraph
Paragraph rh-985jnefy
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4x0dtfw7
- order
- fK
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זיין יום הולדת, וואס דערפון לערנט מען דאך אויך אפ בהנוגע צו דעם מנהג טוב, איינגעפירט אין די לעצטע יארן, אז א מוטער דארף זיך משתדל זיין, אז בשעת אירער א קינד האט א יום הולדת זאל זי מאכן דערפון אן ענין של קדושה, געבן אליין אויף צדקה, און אויב דער קינד איז שוין שייך דערצו זאל ער אויך געבן פון זיינע אייגענע געלט אויף צדקה, און אזוי אויך אריינברענגען אידישקייט אין דעם צימער וואס איז פארבונדן מיט די קינדער, און ס'איז זייערער א צימער, אז דארט זאל זיין א צדקה פושטש, און נוסף וואס דארט איז דא א סידור און א חומש און א תניא ווי גערעדט מערערע מאל. און וואס אין דערויף איז דאך אויך ערקלערט בארוכה די ענינים אין די דרושים פון צמח צדק, ווי אזוי שבת איז א געבענטשטער טאג, און ער איז אויך דערמיט און פארבונדן דערמיט וואס ער איז ויקדשוהו, וואס ער איז א הייליקער טאג, ווי ערקלערט בארוכה אין זיינע דרושים, און וואס דאס גיט-צו נאכמערער כח, אז יעדער פרוי, ביז אפילו א קליינע מיידעלע, האט דעם פוסק'ן כח מאכן ליכטיק אין דער הויז,
- proofread
- 0