Paragraph
Paragraph rh-97dczgks
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0f575n02
- order
- Jq
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי דער אויבערשטער האט אים באשאפן ווי ער זאל דאס געפינען, איז דאך פארשטאנדיק, אז ער געפינט דאס אויפן אמת'דיקן אופן ווי ס'קען נאר זיין, במילא טוט ער די אלע אנווייזונגען אויפן בעסטן אופן און אויף א פארליכטיקסטן אופן, און אין אן אופן וואס דאס איז פועל פעולתו, אז ס'קומט ארויס אין א מעשה הוא העיקר. וואס אט דאס איז אויך דער לימוד צום אלעם ערשטן, על צבאות השם, אז מ'כאפט זיך אז מ'האט א חידוש און ס'איז דורכגעגאנגען מיט א חודש ליינגער, איז דאך א קינד וואס געהערט צו חכם ונבון, איז א זיכערע זאך אז ער פרעגט זיך נאך מאי הי וואס האט דאס געטראפן, אז ס'האט געווערט א חודש ליינגער, און זיינען מחנכים, אדער זיין עלטערער ברודער, אדער זיינען מלמדות, דעם אדער מורים ערקלערן אים וואס דאס איז, און ערקלערן אים אויך ער זאל וויסן זיין, אז דאס איז ניט סתם אזוי א פאסירונג אין וועלט, נאר דאס איז א פאסירונג אין וועלט וואס ווערט א טייל פון זיין תורה, אז דערפון באקומט ער זיין הוראה, אז יעדער זאך וואס ער באקומט דארף ער וויסן זיין אז דערפון דארף אנקומען צו א צווייטן, אז א צווייטער זאל אויך דערפון הנאה האבן, אדע פארקערט גאר, דער עיקר הנאה זאל דאס זיין ביי א צווייטן, און אזוי אויך די צווייטע זאך, אז בשעת ער דארף זיך ניט פארלאזן אויף זיך אליין, אז וויפל ער האט געלערנט און וויפל ער ווייס איז דאס איז גענוג, נאר ער מוז תמיד שטענדיק זוכן א מלמד א רבי'ן, א ראש-הישיבה, אדער כיוצא בזה, אדער על דרך זה אויך בא מיידעלעך, א מחנכת, אדער די וואס לערנט מיט איר אין פארשידענע עילי אופנים, און וויסן פאר זיך, אז כאטש אפילו ער געהערט צו אן עם חכם ונבון, און נאך מערער, אז די אינגעלע אדער די מיידעלע געהערן צו צבאות השם שוין יארן נאכאנאנד, איז דאך פארשטאנדיק, אז זיי זיינען שוין איינגעוואיט אין דעם און ווייסן ווי זיי דארפן
- proofread
- 0