Paragraph
Paragraph rh-96xnpg0n
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4enraz78
- order
- 4a
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אויך ווערט על ידי זה ניתוסף אין דער נשמה, אויך אין אירע ענינים, ביז וואנענט בדוגמא פון די מעלת הנשמה ווי זי וועט זיין לעתיד-לבוא, וואס דעמאלט איז דאך בגלוי ממש דער חלק אלוקה ממעל ממש, כמדובר כמה פעמים, וואס בכללות איז דאך דאס פארבונדן מיט אז דער עולם ווערט על מילואו נבראו על דרך ווי ס'איז געווען דעם ערשטן פרייטאג, תולדת השמים והארץ זונטי ג, און דערנאך איז דאס נמשך געווארן במשך כל ששת ימי בראשית, על אחת כמה וכמה אין דעם יום ששי פון מעשה בראשית, וואס מ'זאגט אויך אז דאס איז בדוגמא ביום הששי, וואס דעמאלט איז דאך ניתנה תורה און די סערה ושקטה, וואס די נתינת התורה בפעם הראשונה, בששי בסיון, א התחלה פון מתן-תורה, ס'וועט זיין מערניט ווי איין מאל, כפתגם הידוע, איז דאס די התחלה פון דעם סיום כל הענינים, וואס דאס וועט דאך זיין ווען תורה חדשה, מאיתי תצמח, מאיתי תצא איז וואנענט אז דאס ווערט דעמאלט ניט נאר מתן-תורה פון דעם אויבערשטן צו אידן, נאר אויך מאיתי תצא דער לימוד, אז דעמאלט לערנט דער אויבערשטער תורה
- proofread
- 0