Paragraph
Paragraph rh-93sj3azc
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-prkz8gxh
- order
- 4
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ס'איז דאך בהמשך להמדובר לעיל, וואס בכלל איז דאך די טעג פון פסח איז על דרך זה ווי די טעג פון סוכות האבן דאך אין זיך צוויי ענינים, וואס די אלע אכט טעג פון פסח, אדער די ניין טעג פון סוכות, זיינען איין זאך, און דערנאך איז דא ווי יעדער טאג איז אן ענין בפני עצמו, על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו כל יומות השנה, כל יומא ויומא עביד עבידתי על דרך זה אויך בנוגע צו די ענינים האמורים. ביז אז ס'איז דאך אויך דא אין נפקא מינה בנוגע להלכה פון אט דעם ענין ווי די ענינים זיינען אלס אן איין און איינציקע זאך, אדער ווי די ענינים די טעג ווערן פאנאנדעכגעטיילט אין נאכט אדער אין נייען זאכן. יעדער ענין איז דאך א הוראה אין לתקן הלבבות ולתקן הדיעות ומדות וכו ווי גערעדט כמה פעמים, ובפרט א ענין פון הלכה ווי דער רמב ם שרייבט דאס בספרו, כמדובר כמה פעמים, איז דאך זיכער אז ס'דארף אראפקומען דערפון אויך א לימוד אין עבודת הוי עבודת הנפש להוי בכל ימות השנה עאכו כמה וכמה אין די טעג עצמם, וואס אייגנטלעך איז דאס א פסוק מפורש בתורה, אז ויצווינו הוי'לעשות את כל החוקים האלה, איז דאס די אלע חוקים, און כל החוקים האלה איז דאס ליראה את הוי'אלקינו. וואס דא אין פשוטו של מקרא, עאכו כמה וכמה אין די דרשות און די רמזים שבזה, איז בא דער תכלית הכוונה פון כל החוקים האלה, איז דאך אויך די פרטים שלהם איז דאס לירא את הוי' אלקינו, בפרט ווי ער איז דערנאך ממשיך, אז דאס איז פארבונדן מיט עבודת פון כל השנה, אדער נאכמער פון כל ימי החיים. וואס אט די אלע ענינים ופרטים שטייען נאכמערער בהדגשה בשעת מ'געפינט זיך אין א שנת הקהל, וואס אין הקהל איז דאך אויך, כמדובר במשך השנה כמה פעמים, איז דא די צוויי הפכים,
- proofread
- 0