Paragraph
Paragraph rh-92e60md2
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-wjskn0f9
- order
- k
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מיט אט דעם תנועה פון דער גאולה האמיתית והשלימה. ובפרט נאך אז ס'האט זיך אויך אנגעהויבן די פרשה פון ויהי בשלח וואס דאס איז דאך די פרשה הגאולה, כימי צאתך מארץ מצרים וואס דאס ווערט אויך די התחלה און דער וועגווייזער און דער נתינת-כח, אז ס'זאל זיין כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות די גאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש. בפרט נאך אז מ'איז דאס מסיים מיטן ענין פון מאכן א שליחות לצדקה, און וויבאלד אז דאס רעדט זיך בהדגשה וועגן ענין הגאולה און יום השלישי שהוכפל בו כי טוב איז דאך אן ענין המתאים אז ס'זאל אויך זיין די צדקה אין אן ענין של שלשה, און אזוי זאל מען אויך פועל זיין בא זיך און ארום זיך, אז אלע ענינים פון טוב און קדושה זאלן זיין אין אן אופן פון חוט המשולש לא במהרה ינוסק, ביז וואנענט אז ס'ווערט גאר נשלל דער גאנצער ענין פון נסיקה, און בפרט נאך אז שלשה איז דאך אן ענין פון חזקה, מאכט דאס א חוזק אז ס'קען גאר ניט זיין אן ענין וואס איז פארבונדן מיט נוסק זיין, עאכו כמה וכמה מפסיק זיין, כמדובר כמה פעמים.
- proofread
- 0