פסקה
פסקה rh-91wc49v4
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-jraw85e1
- order
- 3R
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3","edited":true,"checked":true}- content
- דאס איז דאך א מנהג ישראל בכמה וכמה מקומות, אז מ'זאל פארבינדן חמשה עשר באב מיט אן ענין פון צוזאמענקלייבן זיך, מדוגמא ווי ס'איז געווען אויך ווי דער לשון איז דאך אויך לא היו ימים טובים וואס דער ענין פון א יום-טוב איז דאך אויך על-פי דין ועל-פי הלכה, אז דעמאלט איז מען ניט אליין, איז דער רמב"ם איז דאס מסביר, און ספר מוסר מסביר, אז דערפאר איז דוקא בא יום-טוב איז די הדגשה פון אתה ואשתך ובניך ועבדך ועמתך אלע צוזאמען דערפאר וואס דעמאלט איז אן אמת'ע שמחה, וכמבואר בארוכה, און אויך פארשטאנדיק בפשטות. על אחת כמה וכמה בשעת מ'האט אויך וואס דער רמ"ה ברענגט דאס אראפ, דעם ערשטן חלק פון שולחן-ערוך, פירושו שלו, די מפה שלו, וטוב לב משתה תמיד, איז דאך פארשטאנדיק דער ענין, אז אין יום-טוב פארבונדן מיט טוב לב, איז פארבונדן אויך מיט משתה תמיד, מובן וגם פשוט, אז דאס איז אן ענין פון א שמחה פארבונדן מיט אידישקייט, מיט תורה ומצוותי', ניט סתם אזוי משתה ווי דער סיום אויך אין הלכות יום-טוב פון דעם רמב"ם און דעם אלטן רבי'ס שולחן ערוך וכיוצא בזה, בפרט נאך אז דאס קומט דאך, ווי מבואר בכמה מקומות, אלס א המשך און א ביטול פון תשעה באב, ווי אויך פארשטאנדיק פון דעם סיפור אין גמרא בפשטות,
- proofread
- 1