English
ספרייה
kind
paragraph
order
I
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דאס זאל נאכמערער מוסיף זיין אין די אלע ברכות, כולל אויך אז דאס וועט אויך מוסיף-זיין און צוהיילן די ברכה וואס מ'זאגט אין די שבע ברכות, אז מהרה ישמה בעראו יהודו בחוצות ירושלים קול חתן וקול קלה, אז אט דער קול חתן וקול קלה וואס איר האט זוכה געווען און משמח געווען דעם גאנצן אידישן פאלק, און אירע עלטערן, און זיך אליין, זאל דאס זיין א הקדמה קרובה, אז מהרה אז גאר אינגיכן זאל געהערט ווערן קול חתן וקול קלה, בארי יהודה וחוצות ירושלים, אין דער גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, וואס אויך דער קיום פון איינע פון די גרעסטע מצוות, פון א חתונה בישראל, א בנין עד דער הג האלט נאכמערער צו די אלע ברכות פארן גאנצן אידישן פאלק, און די ברכה העיקרית האמורה וועגן גאולה האמיתית והשלימה. און פון די טאנצן און זיך משמח זיין ביי אייער חתונה זיי וועלן זיך בקרוב ממש טאנצן און משמח זיין ביי דער שמחה פון כלל ישראל, פון גאולה האמיתית והשלימה, אויף וועלכן מ'זאגט אויך, אז צדקה איז מקרבת את הגאולה ומזרזת את הגאולה. וואס דאס איז דאך אויך פון די טעמים וואס מ'מאכט יעדערן פון אייך פאר א שליח מצוה, ובפרט אין דעם גליקלעכן טאג פון דער חתונה בנין עד יד, און דאס זאל נאכמערער צוהיילן די אלע זאכן און נאכמערער צוגעבן אין די אלע ברכות, און הערן פון אייך בשורות טובות, תמיד כל הימים.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים