עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-8zf0p095

kind
paragraph
order
JE
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פון ברוך אותך און ברוך יוצרוך און ברוך בורך און ברוך קונך, וואס איז פארבונדן דוקא מיט עולם האצילות, און אין עולם האצילות עצמו די אצילות שבהאצילות, און נאך העכער פון כל העולמות כולם, וואס דעמאלט ווערט דאס דער אמת'ער נשיאת ראש, און דער אמת'ער ענין ווי ס'איז העכער פון דעם גאנצן סדר השתלשלות, איז אויך וואס גלייך די מגילה הויבט זיך אן און זי ווערט אנגערופן מגילת אחשורוש אף על פי וואס לכאורה איז דאך דאס אן ענין פארבונדן מיט אסתר, און פארבונדן מיט מרדכי היהודי, און פארבונדן מיט ניסן של ישראל, איז גלייך די התחלה פון דער מגילה איז, אז מ'זאל וויסן זיין, אז אויף אזוי קען זיין אט די אלע ענינים וואס ווערן דערנאך דערציילט אין דער מגילה, איז דער ביאור בזה, און דער ביאור פארשטאנדיק אפילו בפרס ומדה, אפילו בא אומות העולם, אז וויבאלד אז דאס איז געווען ויהי בימי אחשורוש איז דאס דעמאלט פארשטאנדיק, און ווי ס'איז פארשטאנדיק אויך בא ניט-אידן, פארוואס ס'קען זיין די אלע ענינים המסופרים לאחרי זה, ביז תוקפו של נס, וואס נדדה שנת המלך, שנת מלכו של עולם,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions