פסקה
פסקה rh-8y07zzje
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-y0b5yejx
- order
- iH
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מצב וואס איז העכער פון כל תרים וגבולים, און ס'ווערט דער תוקף ומיד ממש יעדער איד און אלע אידן, ובפרט די וואס געפינען זיך אין א בית שמגדלין בו מעשים טובים און אין א בית שמגדלין בו תורה און אין א בית שמגדלין בו תפילה, וואס דאס איז דאך די ד'אמות אין וועלכע מ'געפינען זיך איצטער, און פון די ד'אמות איז געווארן א בית רחב, וואס בפשטות האט ער דאך כמה וכמה פעמים פון ד'אמות, על אחת כמה וכמה אז על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו ירושלים, אז לעתיד לבוא וועט זיין דער ענין התרחבות אין ירושלים, למעלה מכל מדידה והגבלה, איז דאך פארשטאנדיק פון דעם סדר פון דעם ביאור הענינים, אז אזוי וועט זיין אין יעדער בית הכנסת און יעדער בית המדרש, און אין יעדער בית פון מעשים טובים, אף על פי וואס ס'ווערט אנגערופן בשם בית איז כמוזכר לעיל שטייט יעדערער שוין אויפן גג פון דעם בית המקדש, על אחת כמה וכמה פון א גג פון די בתים וואס זיי זיינען בדומה לבית המקדש, און ער שרייט און גיט איבער, אז דער אויבערשטער זאגט אז לבן הגיע זמן
- proofread
- 0