עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-8vkpk5yn

kind
paragraph
order
eQ
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דאס איז אויך וואס אין דעם חלק פון רביעי איז דאך א חלק עיקרי אין פרשת השבוע, ווארום אזוי איז דאך דא פרשת השבוע ווערט דאך געטיילט אין שבעה חלקים, כמוספר לעיל, איז דער חלק האמצעי, בדוגמא פון דעם קו האמצעי, וואס דאס איז דער עיקר פון אלע קוים, איז דא די שלשה שלפני רביעי, און דערנאך די שלשה שלאחרי רביעי, און דער רביעי איז באמצע, וואס דערפאר זעט מען דאך אויך, אז בשעת ס'איז דא שתי פרשיות מחוברות, איז וואס איז זיי מחבר? איז זיי מחבר די עלי'וואס מ'איז זכורה לרביעי, און ער איז עולה מלמצה למעלה, און איז מחבר די סדרה ראשונה, מיט די סדרה שני דורך דעם רביעי שבאמצע. וואס יש לקשרי זה אויך מיט די גאולה הרביעית, און מיט די אלע לשונות של גאולה, און מיט כמה ענינים טובים פון רביעי, כולל אויך דעם ענין פון רביעי בעולמות, וואס דאס איז דאך דער עולם האצילות, וכמדובר כמה פעמים, ואין כאן המקום להאריך בזה.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions