Paragraph
Paragraph rh-8tjepdbg
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jg1zjy41
- order
- HR
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דוקא דורך דערויף וואס מ'שפריצט ווי זיי זיינען אויך צוזאמענגעמישט, געטייל בלייבט אין דאס וואס מ'שפריצט אויף יעדערן און דורך דערויף איז מען אים מטהר שפריצט מען אויך פון דעם עירוב ווי די אלע אופר פון אלע פרות זיינען צוזאמענגעמישט, וואס דאס פארבינדט און דערמאנט יעדערן ער זאל וויסן זיין, אז דער אופר הפרה איז דאס פארבונדן מיט דער פרה וואס האט געמאכט מישי רבינו, און פארבונדן מיט דעם אפר הפרה וואס וועט מאכן משיח צדקנו, וואס דאס איז כולל דברי הימים פון יעדער אידן און פון אלע אידן, פון אלע דורות. און דאס איז ניט נאר געמאכט געווארן, אז דאס איז מערניט דעמאלט ווען ער דארף אנקומען צום אפר הפרה, נאר דער אפר הפרה איז למשמרת אן אפגעהיטע זאך און א נצחית'דיקע זאך, פון דער ערשטער פרה וואס משה רבינו האט געמאכט, ביז דער פרה וואס וועט מאכן משיח צדקנו איז תמיד קיים, און יעדער איד וואו ער זאל זיך געפינען, ווייס ער, אז ס'געפינט זיך און ס'איז למשמרת אפגעהיט, און דאס איז אפגעהיט געווארן מיטן תוקף און מיטן נתינת-כח פון דעם אויבערשטן, וואס ער האט געהייסן מאכן דערפון למשמרת און א שטענדיקע למשמרת, און אנזאגן וועגן דערויף אין תורתנו, וואס התורה היא נצחית וואס זי איז אן אייביקע אפלערנונג. וואס איינע פון די אויפט-אפלערנונגען איז, אז א איד איז פארבונדן מיט אלע אידן פון אלע דורות, ניט נאר אין רוחניות'דיקע זאכן, און ניט נאר אין נשמות'דיקע זאכן, און ניט נאר מיט זאכן וואס זיי זיינען
- proofread
- 0