עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-8r65njtq

kind
paragraph
order
5
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מ'קומט דאך פון ראש חודש סיון, בפרט נאך אז ס'איז נאך פאר האלבע נאכט, איז דאך דעמאלט מתאים דער פסוק מפורש וואס ס'רעדט וועגן אט דעם טאג, והימים האלו נזכרים איז אט דעמאלט אויך ונעשים מיט אלע פירושים בזה, ובמיוחד אז די ונעשים ס'ווערן נמשך די אלע השפעות ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, ובפרט נאך, אז וויבאלד אז מעלין בקודש איז דאך דאס בהוספה משנה לשנה, על אחת כמה וכמה בשנה זו, אז ס'איז געווארן טויזנט מיט דריי הונדערט יאר, כמדובר כמה פעמים, איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'איז פסוק לכל לראש אסתכל באורייתא ווי דער פסוק שטייט אין חומש, און דערנאך איז ווי ער ווערט נתבאר בכלל, פנימיות התורה אין אן אופן פון מיני יתפרנסון בישראל, וואס דאס איז דאך ווי ס'ווערט נתבאר אין תורת חב אד, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס האט מען דאך דעם דרוש הידוע ומפורסם פון דעם אלטן רבי'ן, וואס ס'שטעלט זיך אויף דעם פסוק, און ס'הויבט זיך אן בחודש הזה, בחודש השלישי, לצאת בני ישראל מארץ מצרים, ביום הזה, בעל מדבר סיני, מ'שטעלט זיך אויף דערויף און מ'איז מדייק, וואס אין פסוק שטייט ניט אז ס'איז געווען ראש חודש, נאר ראש חודש ווערט אנגערופן בשם ביום הזה און מ'לערנט דאס אפ דערפון וואס ס'שטייט ביי ראש חודש אז חודש הזה לכם, אז דאס מיינט מען דעם טאג פון ראש חודש סיון, דארף מען דאך אבער האבן א ביאור פארוואס שטייט דאס ניט בפירוש, און מ'דארף ערשט דאס אפלערנען, איז דערפאר איז ער מבאר, אז דאס איז דער ענין פון ראש-חודש בכלל איז דער ענין פון ביום הזה, ובמיוחד אז ראש חודש סיון, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט קבלת התורה, און ווי ער איז דערנאך מבאר, אז בליצות בני ישראל מארץ מצרים
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions