Paragraph
Paragraph rh-8r5bexm6
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-by6gsh9g
- order
- 6C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי מ'זאגט דאך אויך קודם לימוד התורה, און ווי איר האט אויך געזאגט היינט אין ברכת השחר, אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, אז בשעת דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן אידן פאר זיין פאלק פון אלע פעלקער פון דער גאנצער וועלט, אין וואס האט זיך דאס אויסגעקליגט, לכל לראש, אז נתן לנו את תורתו אט די תורה וואס זי איז דעם אויבערשטנ'ס תורה, אנא נפשי כתבית יהבית ער האט זיך אליין אריינגעשריבן און אריינגעשטעלט אין דער ספר-תורה, און אין יעדער ספר-תורה וואס געפינט זיך אין יעדער בית-הכנסת, אויך אין בית-הכנסת דעם בית-הכנסת, ווי גערעדט מערערע מאל בא די פריערדיקע צוזאמענקומען, איז אט דעמאלט איז אויך זאגט מען, אז תורה איז דאס פון לשון הוראה אן אפלערנונג און אן אנווייזונג, און ניט סתם א הוראה, נאר דאס איז תורה אור א ליכטיקע הוראה, וואס מאכט ליכטיק דעם לעבן פון יעדער אידן און פון אלע אידן, אנהויבנדיק פון גאר קליינע קינדער,
- proofread
- 0