Paragraph
Paragraph rh-8pe02jq2
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-4amkqh6x
- order
- 9n
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- שני בשבוע, על אחת כמה וכמה צו דער תפילה וואס ביום השלישי, וואס דאס איז דאך דער סיום פון דעם מעת לעת וואס ענדיקט זיך איצטער, איז דאך דאס דער סיום פון טוב לשמים וטוב לבריות איז דאך נאכמערער מדגיש דער ענין הצדקה, און דאס ברענגט גלייך אויך אראפ די אמת'ע צדקה פון דעם אויבערשטן, וואס דאס איז די גאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש. ובפרט נאך, אז אזוי ווי מ'פארט זיך פאנאנדער, אדער מ'גייט זיך פאנאנדער, נעמט מען מיט מיט זיך די החלטה תקיפה די שטארקע החלטה אויף אנהאלטן דעם פארבונד צווישן זיך, ביז אין אן אופן אז מ'איז געדויגט אז מ'איז אלע א חלק פון דעם זעלבן אויבערשטן, און יעדערער, און סיי אנשים, סיי נשים און סיי טף, באקומען אין דער זעלבער צייט זייער מזון, סיי לחם לחל און סיי בעגיד ללבוש פון דעם זעלבן אויבערשטן און פון דער זעלבער יד, וואס זי איז ידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה, ובפרט נאך נאך דערויף ווי מ'האט באקומען די כתיבה וחתימה וגמר חתימה טובה, און ס'איז אראפ אין אן אופן פון עצרת, אז דאס ווערט נקלט, און ס'ווערט דערנאך נשפע ונמשך אין כל השנה כולה אין אן אופן של שמחה,
- proofread
- 0