Paragraph
Paragraph rh-8mvz99h6
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-9ra9r39f
- order
- 9I
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זייער מדריכה, גייט דאס אזוי אלץ העכער און העכער, ביז צו דער גרייך צו רבן של ישראל, וואס דאס איז משה רבינו, און וואס דאס ווי איר האט איצטער געזאגט אז תורה צוה לנו משה איז דאס געווארן מורשה א ירושה צו יעדער איד און אלע אידן עד סוף כל הדורות, וואס דאס גיט נאכמערער צו אין דעם קיום פון דער וועלט, אז די וועלט זאל זיין ווי ס'דארף צו זיין, ווי דער אויבערשטער וויל. וואס דעמאלט איז דאך פארשטאנדיק, אז יעדערער פון אייך און איר אלע צוזאמען, זייענדיק אין צבאות השם, גיט-צו נאכמערער אין מקיים-זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון אויף צו זיין של בית רבן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און ווירקן אויך אין דעם אופן לויט דעם אנזאג פון רבי עקיבא פון ואהבת לרעך כמוך אינגעלעך אויף אינגעלעך און מיידעלעך אויף מיידעלעך, אז אויך זיי זאלן זיך אויפפירן אין דעם אופן, וואס דורך דערויף קומט נאך מערער צו אין ישמח הוי'במעשה, ווי ער האט ערשט-א געזאגט, אז דער אויבערשטער האט די אמת'ע פרייד, בשעת ער קוקט זיך צו וואס ס'ווערט געטאן מעשה, ווי אזוי אידישע קינדער מאכן א דירה לו בתחתונים, און דאס גיט נאכמערער צו אין די ברכות וואס דער אויבערשטער גיט, צו יעדער אידן און אלע אידן, ובפרט אין דער זכות פון צבאות השם, אז זיי זאלן האבן א לעבן וואס פארשאפט זיי א גרויסע שמחה, ווארום זיי זיינען געזונט בגשמיות וברוחניות, במילא אז ס'קומט אויך במיוחד ספעציעלע געלעגנהייטן, אז מערערע פון זיי קלייבן זיך צוזאמען, און מ'קלייבט זיך צוזאמען אין א מקום קדוש, און מ'הויבט אן מיט א תפילה, ווי תפילת מנחה,
- proofread
- 0