Paragraph
Paragraph rh-8kc556xn
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-9ra9r39f
- order
- CO
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זאגט מען אויך די בית פסוקים פון תורה-שבכתב און תורה שבעל-פה, וואס דאס איז דאך דער ענין פון תורה, און דערנאך ווי ס'פירט זיך ביי אזעלכע געלעגנהייטן איז מען אויך מסיים מיט דעם ענין פון צדקה, ווי ס'איז דער מנהג, בפרט נאך אין ימי חנוכה, האט מען דאך די אלע דריי ענינים, פון תורה און עבודה און גמילות חסדים, וואס דאס מאכט נאכמער שטארקער און געזינטער דעם לעבן אין דער וועלט פון יעדערן פון אונז, בתוך כלל ישראל, ובפרט פון אט די וואס בזכותם האלט זיך די גאנצע וועלט ווי דערמאנט פריער, און די וואס האבן זיי ערצויגן און מחנך געווען אין דעם אופן. וואס דערפאר איז אויך נאכאמאל ואברכה מברכיך בברכתו של הקב",ה,אז די וואס בענטשן אידן וועלכן ניט ס'זאל ניט זיין, על אחת כמה וכמה אז דאס ווערט געטאן במקום קדוש, און דאס ווערט געטאן דורך תינוקות של בית רבן איז דאך פארשטאנדיק ווי ס'איז גרויס דער ואברכה מברכיך וואס דאס זאגט דער אויבערשטער אויף זיך אליין, אז ער לייגט-אפ אלע וויכטיקע זאכן מיט וועלכע ער איז דאך פארנומען, און ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער איז פארנומען מיט זאכן איז דאס אמת וויכטיקע זאכן זאגט דער אויבערשטער אליין, אז ווי וויכטיק די אלע זאכן זיינען שטעלט ער זיך אפ אין דעם און פארנעמט זיך מיט מאברכם מברכיך. וואס אין דעם איז דאך אויך דא פארשידענע אופנים, בשעת דער אויבערשטער זאגט צו אז ער בענטשט איז דאך פארשטאנדיק אז ער בענטשט מיט אן אמת'ער ברכה, וואס ווירקט טאג-טעגליש, אין דערויף קען דאך אבער זיין, אז ס'זאל זיין די זעלבע ברכה מיטן זעלבער גרויסקייט, מיטן זעלבן פארנעם, ס'קען אבער אויך זיין אין אן אופן אז דער אויבערשטער איז נאכמערער מוסיף
- proofread
- 0