Paragraph
Paragraph rh-8hqdyqs9
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-8nkrejsc
- order
- A
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אין צוגאב צו דעם וואס האט זיך ביז איצטער גערעדט, וואס אין דערויף זיינען דאך אויך נכלל אט די אלע וואס זיינען איצטער דא, וביתר שאת וביתר עוז, ווארום מ'האט דאך דאס פארבונדן און גענומען דאס וואס מ'האט גערעדט פון דעם בריוו און פון דעם מאמר פון בעל הגאולה, וואס הויבט זיך אן מיט עשרה שיושבין ועוסקים בתורה און ווי פארשטאנדיק פון דעם מאמר מיינט ער דאס דעם ענין וואס דער אויבערשטער האט געגעבן אידן תורה, אין וועלכע ער האט זיי אנגעזאגט וועגן די מצוות, און אין וועלכע ס'ווערט אויך ערקלערט, אז ס'ווערט דער חיוב גמור און דער חוץ גמור, בשעת מ'לערנט תורה און מ'איז מקיים מצוות, ניט נאר אלס א הכנה און חינוך און צוגרייטונג, נאר דער עיקר איז גאר בשעת מ'ווערט א בר-מצוה אדער א בת-מצוה צו דרייצן יאר אדער צו צוועלף יאר בנוגע צו מיידעלעך, וואס אט דעמאלט ווערן זיי זוכה במצוות און מחוייב במצוות, מיטן גאנצן שטורעם בגלוי וואס איז אין דעם, אף על פי וואס אויב מ'הויבט זיך דאס אן גלייך ווי א אידיש קינד ווערט געבארן האט ער גלייך דער חלק אלוקה ממעל ממש, די כוונה איז דאך אבער, אז דאס זאל האלטן אין וואקסן ביז וואנענט ס'וועט האבן בשלימותו די אלע כוחות מיט די אלע מעגלעכקייטן, אויך אין עולם הזה התחתון, וואס דאס ווערט בהנוגע ווען מ'ווערט א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, און דאס גיט אויך נאכמערער צו בא די עלטערן וואס האבן זיי געהאט אט די קינדער און האבן זיי מחנך געווען ווי ס'דארף-צו-זיין, ביז וואנענט זיי האבן דערגרייכט און זיי ווערן לומדי תורה ומקיימי מצוות, און אויך אט די אלע וואס האבן זיי ארויסגעהאלפן אין דעם ביתר שאת וביתר עוז דעם לנמדי תינוקות של בית רבן
- proofread
- 0