transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אין צוגאב צו דעם וואס האט זיך ביז איצטער גערעדט, וואס אין דערויף זיינען דאך אויך נכלל אט די אלע וואס זיינען איצטער דא, וביתר שאת וביתר עוז, ווארום מ'האט דאך דאס פארבונדן און גענומען דאס וואס מ'האט גערעדט פון דעם בריוו און פון דעם מאמר פון בעל הגאולה, וואס הויבט זיך אן מיט עשרה שיושבין ועוסקים בתורה און ווי פארשטאנדיק פון דעם מאמר מיינט ער דאס דעם ענין וואס דער אויבערשטער האט געגעבן אידן תורה, אין וועלכע ער האט זיי אנגעזאגט וועגן די מצוות, און אין וועלכע ס'ווערט אויך ערקלערט, אז ס'ווערט דער חיוב גמור און דער חוץ גמור, בשעת מ'לערנט תורה און מ'איז מקיים מצוות, ניט נאר אלס א הכנה און חינוך און צוגרייטונג, נאר דער עיקר איז גאר בשעת מ'ווערט א בר-מצוה אדער א בת-מצוה צו דרייצן יאר אדער צו צוועלף יאר בנוגע צו מיידעלעך, וואס אט דעמאלט ווערן זיי זוכה במצוות און מחוייב במצוות, מיטן גאנצן שטורעם בגלוי וואס איז אין דעם, אף על פי וואס אויב מ'הויבט זיך דאס אן גלייך ווי א אידיש קינד ווערט געבארן האט ער גלייך דער חלק אלוקה ממעל ממש, די כוונה איז דאך אבער, אז דאס זאל האלטן אין וואקסן ביז וואנענט ס'וועט האבן בשלימותו די אלע כוחות מיט די אלע מעגלעכקייטן, אויך אין עולם הזה התחתון, וואס דאס ווערט בהנוגע ווען מ'ווערט א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, און דאס גיט אויך נאכמערער צו בא די עלטערן וואס האבן זיי געהאט אט די קינדער און האבן זיי מחנך געווען ווי ס'דארף-צו-זיין, ביז וואנענט זיי האבן דערגרייכט און זיי ווערן לומדי תורה ומקיימי מצוות, און אויך אט די אלע וואס האבן זיי ארויסגעהאלפן אין דעם ביתר שאת וביתר עוז דעם לנמדי תינוקות של בית רבן
¶2און די מלמדים ומדריכים ומדריכות בכלל, על אחת כמה וכמה אט די וואס טוען אין דעם מיטן גאנצן שטורעם, ווי נשיא דורנו האט זיך דאך מוסף-מוסר-נפש געווען, בעיקר גאר, און דאס איז אויך געווען די סיבה טבעית אויפן מאסר, מצד דעם ענין וואס זיין מסירת-נפש און טאן אין חינוך פון בנו ובנות ישראל אויף מאכן פון יעדערן פון זיי, אפילו אין יענער מדינה און אין יענעם מעמד ומצב, אז זיי זאלן ווערן לומדי תורה ומקיים מצוות לפי ענינו יעדערער לפי מעמדו ומצבו, אבער אלע גלייך אין דער גאנץ תורה, כל התורה כולה, און אלע גלייך אין תרי'ג מצוות, וואס דאס גיט א נאכמערער, יתר שאת וביתר רוז, אז בשעת דער אויבערשטער בענטשט, און מ'געפינט זיך אין א מעמד ומצב אין א מדינה און אין אן ארט און אין א צייט, אז מ'קען מקיים-זיין מצוות און לערנען תורה מתוך שמחה וטוב לבב, און מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, איז דאך פארשטאנדיק די גרויסקייט און דער שטורעם, וואס יעדער אידיש קינד לערנט תורה און איז מקיים מצוות, ובמיוחד, אז ער דערגרייכט דעם גיור, די צייט, ווען ער ווערט א בר-מצוה אדער א בת-מצוה, וואס דאס איז נאכמערער מוסיף אין דעם אמת'ן אחת, וואס האבן די עלטערן און די קרובים, וכל המשפחה, און כלל ישראל בתוכם ובראשם, פון יעדער בר-מצוה און יעדער בת-מצוה, וואס דאס גיט זיך צו אין דעם נחת רוח אמיתי פון דעם אויבערשטן, על אחת כמה וכמה, אדער ניט על אחת כמה וכמה, אדער מעין זה, אין נחת רוח פון עלטערן און קרובים וקרובות, און פון בר-מצוה ובר-מצוה בעצמה, און דאס גיט נאכמערער צו אין זייערע החלטה טובה, אז זיי וועלן
¶3לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות, ווי אבינו שבשמים וויל און האט געגעבן דעם כח מ'זאל דאס קענען טאן בפועל ממש, און טאן דאס בתכלית השלימות כדבעי לי'למיעבד, און טאן דאס אין אן אופן פון הולך ומוסיף ואור לעלות בקודש שטייגן אלץ מערער און מערער אין לימוד התורה און אין קיום המצוות, און ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז ס'שטייגט נאכמערער, די אלע ברכות והצלחות וואס דער אויבערשטער גיט צו די בני-מצוה און בנות מצוה, און אלע זייערע קרובים, ובמיוחד די וואס האבן זיי מחנך געווען אין דעם אופן. וואס דאס איז דאך אויך פארבונדן מיט דעם מנהג, ווי דערמאנט מערערע מאל, אז ס'איז נתפשט געווארן אלץ מערער און מערער, אז א בר-מצוה הויבט אן און זאגט זיין קאפיטל תהלים, וואס איז מתאים למספר שנותיו, במילא אז ער איז געווארן אלט דרייצן יאר, על דרך זה המיידעלע צו צוועלף יאר, הויבט אן דער אינגל צו זאגן דעם מזמור תהלים, מזמור יד ד, על דרך זה המיידעלע דעם מזמור יד ג, און על דרך זה אויך גיבן זיי לצדקה אין טאג ווען זיי זיינען געווארן בר-מצוה אדער בת-מצוה, דאס קומט אויס בשבת אדער ביום-טוב, גיט מען די צדקה ערב דעם טאג, און אויך אויף מארגן און נאך דעם טאג, ועל דרך זה אויך טוען מעין זה די פאטער זייער און די מוטער זייער און די באבעס און זיידעס און די קרובים וקרובות.
¶4און ויהי רצון, אז דאס זאל נאכמערער צוהיילן דעם אויבערשטנ'ס ברכה, אז יעדער איד און אלע אידן וועלן קענען מקיים-זיין מצוות בתכלית השלימות, וואס דאס איז כמצות רצונך וואס דאס וועט דאך זיין, אז ס'וועט זיין שלימות אין וועלט, בגאולה האמיתית והשלימה, וואס ס'וועט קומען בקרוב ממש, על ידי משיח צדקנו, דורך אתם תלוקטו לאחד אחד און וואס וועט נאכמער צוגעהיילט ווערן, דורך דערויף וואס ווי מ'פירט זיך בכגנזה איז מען מסיים וחותם מ'וועט מאכן יעדערן פון נייע השליח. בהנוגע צו צדקה, וואס צדקה, ווי דערמאנט פריער, איז דאך מזרזת את הגאולה און מקרבת את הגאולה וואס זי איז דאך אויך די גאולה האמיתית והשלימה, די אמת'ע צדקה, און דערפאר איז דאך דאס אויך פארבונדן אז דער אויבערשטער איז איר מקיים בזריזות די צדקה פון גאולה האמיתית והשלימה, אז דאס זאל זיין די צדקה תיכף ומיד ממש, און מ'קומט אלע ממשיך זיין אין פראווען די בר-מצוה אדער די בעת-מצוה צוזאמען ווי כלל ישראל בארצנו הקדושה, בירושלים עיר הקודש, ובבית המקדש ובקודש הקדשים, תיכף ומיד ממש, ומתוך שמחה וטוב לבב.
¶5חזין די וואס איז דא דאך דאס ניט די די אלע, און דערנאך איז דאך די אלע? און די אלע? און די אלע? די אלע? דא? און דערנאך איז דאך אז דערנאך איז דאך אז דערנאך איז דאך אז מצות.