עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-8g76ksjs

kind
paragraph
order
C
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דער טיילטן און די מפרשי התורה, און תורה שבעל-פה באריכות, אז איידער דער אויבערשטער האט אנגעהויבן זאגן די עשרת הדברות, האט מען אים צוגעשטעלט די ערבות פון אידישע קינדער אין יענעם דור, און דאס אונטערשטרייכט נאך מערער דעם גרויסן זכות און די גרויסע אחריות וואס יעדערער פון אייך האט אין אונזער דרך, וויסנדיק אז ער איז א קינד, אדער זי איז א קינד, א מיידעלע איז א קינד, וואס זי פארטרעט און זי איז איצטער דער פארשטייער, אדער דער אינגעלע איז איצטער דער פארשטייער, פון דעם אינגעלע אדער די מיידעלע וואס זיינען געווען בשעת מתן-תורה, און האבן אים איבערגעגעבן די שליחות, אז דערנאך, אז ס'וועט קומען מערערע דורות נאכדעם, און אידן קלייבן זיך צוזאמען, און מ'דערציילט נאכאמאל, און מ'נעמט אויף נאכאמאל פון דאס ניי, מיט א באנייטער לעבעדיקייט און שטארקייט די תורה, און מ'הערט די תורה פון דעם אויבערשטן אליין, ווי ס'וועט זיין בקרוב די גאולה האמיתית והשלימה, און די הכנה לזה איז דאך, אז מ'דערציילט אין
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions