פסקה
פסקה rh-8fcharby
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-t0vz6a7p
- order
- 9m
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- גאנצער יאר וועט זיין א שמחת'דיקער יאר, א פריילעכער יאר, ווען זיינען אידן פריילעך? בשעת זיי קענען מקיים-זיין, ממלא-זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון דורך לערנען זיין תורה און מקיים-זיין זיינע מצוות, אן קיינע שטערונגען, און מקיים-זיין זיי בתכלית השלימות, וואס אויף דערויף דארף מען דאך ניט האבן די טרבל פון גלות, און מ'דארף האבן די מנוחה אמיתית פון גאולה, ובפרט פון גאולה האמיתית והשלימה. און אין דערויף גופא זאל דאס זיין אויך אין זמן שמחתינו, נאך אין דער משך פון דעם חג הסוכות, אזוי איז שמיני עצרת וואס קומט זיך אויך אויס בשבת, וויבאלד אז ראש השנה איז בשבת, און יום ראשון של חג הסוכות איז בשבת, איז אויך שמיני עצרת, און וויבאלד אז משיח קומט נאך פאר דערויף האט מען דעמאלט שמיני עצרת צוזאמען מיט שמחת תורה. וואס דערפאר איז דאך אויך ווי מ'איז געוואוינט אין די צוזאמענטרעפן זיך וועט מען מסיים-זיין מיטן ליגן פון ושמחת בחגך און דערנאך אויך
- proofread
- 0