English
ספרייה
kind
paragraph
order
FV
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
וואס דערפאר איז אויך פארענדיקן דאס מיט א צוגרייטונג און מיט א זירוז, אז די תהלוכה זאל זיין ברוב פיר והדר, און דער עיקר זאל זיין א פעולה נמשכת, א גוטער המשך, אויף אלע טעג נאך דערויף, אין חודש שיעה, נאכמערער אין חודש סיון, דער חודש השלישי, וואס דאס איז פארבונדן מיט מתן-תורה, וואס דאס איז אויך כולל אין זיך כל טוב רוחני וגשמי וואס איז דאך געגעבן געווארן, ווי מ'זאגט דאס אין דער פרשה פון בחוקותי וואס מ'לייענט היינטיקער וואך, און היינט איז דער ערשטער טאג פון דער פרשה מיוחדת בהר בחוקותי, אז ס'וועט והולך אתכם קוממיות און פאר דערויף ונתתי שלום בארץ אז ס'איז שלום בכל העולם כולו, און אידן קערן זיך אום פון גלות גאנצערהייט און פריילעכערהייט, תיכף ומיד ממש לארצנו הקדושה, און דארטן אין ירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובקודש הקדשים, ווי דערמאנט מערערע מאל
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים