Paragraph
Paragraph rh-8e3gd9nc
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-09z5ektb
- order
- Ib
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- איז ער געווען פון די עיקרי המשתדלים בזה, און מ'האט געזען הצלחה בפעולותיו, במילא צום אלעם ערשטן וואס מ'לערנט פון דעם פרט אפ, אז יעדער איד דארף האבן דעם געפיל, און מיט דער זיכערקייט אז יגעת ומצאת אז בשעת צו אים דערגרייכט א ידיעה, אז ס'איז דא א איד ערגעץ וואו, וואס ער דארף האבן א הילף, ביז דעמאלט האט ער מיט דעם אידן געהאט קיין שייכות ניט, און איצטער ווייס ער נאך אויך ניט וואס איז זיין שייכות מיט אים, דארף ער זיך גלייך אריינווארפן אינגאנצן אין טאן אין דעם כדי דעם אידן ארויסנעמען פון זיין שוועריקייט אדער פון זיין מצב בלתי-רסוי, און אריינשטעלן אים, טאן כל התלוי בו ער זאל אריינגעשטעלט ווערן אין א מצב א גאולה, און פון א גאולה וואס ווערט דערנאך פארבונדן, און ווי ס'איז נאכמערער ניט נאר פארבונדן דאס ווערט די זעלבע גאולה פון כלל ישראל. וואס אזוי איז דאך אויך בנוגע לעניננו, וואס לכאורה קען מען דאך טראכטן אויף וואס אז מ'וועט רעדן און מ'וועט איינרעדן און מ'וועט אויסרעדן און מ'וועט מסביר זיין וואו קומט דא אריין כלל ישראל? איז דאס אויך אנגעוויזן געווארן אין א קלארן אופן אין אונזער תורה, וואס ווערט אנגערופן תורת חיים אן אנווייזונג אין טאג-טעגלעכן לעבן, און צוזאמען דערמיט תורת אמת, אן אמת'ע אנווייזונג. אט דאס איז וואס מ'זאגט, אז דער גאנצער ענין פון גלות איז פארבונדן דערמיט וואס ס'איז געווען פירוד צווישן אידן, און ס'איז א זיכערע זאך, אז בשעת ס'וועט ווערן דער היפך, אז ס'וועט ווערן אהבת ישראל, ביז אין אן אופן פון אחדות ישראל, ווערט בטל די סיבה פון גלות, איז בדרך ממילא ווערט גלייך די גאולה. איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'הויבט דאס אן איינציקווייז, עאכו כמה וכמה אז מ'הויבט דאס אן דורך דערויף וואס מ'טרעפט זיך צוזאמען צענדליקער אידן, סיי מענער סיי פרויען און סיי קינדער, צוזאמען, און מ'קלייבט זיך צוזאמען אין אן ארט
- proofread
- 0