Paragraph
Paragraph rh-85yksmfa
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-9dgkf13f
- order
- 6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ווי שוין דערמאנט מערערע מאל דער דבר המשנה, אז המעשה הוא העיקר במילא איז אזוי על אחת כמה וכמה וועגן א זאך וועגן וועלכע ס'רעדט אכט טעג נאכאנאנד, און דערנאך מאנט מען אין דעם ענין, אז ס'זאל אויך זיין המעשה הוא העיקר ניט נאר אין יעדער טאג אלס תוצאה פון דעם טאג, נאר אויך והוא העיקר דעם סך-הכל פון די אלע אכט טעג, קומט דערנאך ארויס בנוגע למעשה בפועל, איז דאך פארשטאנדיק, אז כל זמן אז מ'האלט אין מיטן פון די האלט טעג, אפילו אז מ'האלט שוין צום סוף פון די אכט טעג, איז נאך אלץ ניטא די בחינה האט ער זיך אויסגעפרואווט בנוגע למעשה בפועל, און אויב ער האט זיך אויסגעפרואווט האט ער דעמאלט געהאט די בחינה בזה, מיטן סך-הכל, אז ס'איז געווען דער ענין המעשה בפועל, אויל, און ס'איז געווען בתכלית השלימות, ניט נאר שלימות אז ס'איז ניטא קיין ענין של חסד, נאר אויך שלימות אין דעם אפטייטש פון וואס איז שלימות אז די זאכן וואס ווערן אויפגעטאן ווערן אויפגעטאן בתכלית השלימות. און וואס אין דערויף גופא, על דרך ווי מ'זאגט בנוגע צו חנוכה, און חנוכה לערנט, אז יעדער טאג דארף צוקומען אלץ מערער און מערער, מעלין בקודש, אפילו אז ער האט שוין דורכגעטאן דעם ענין פון מעלין בקודש גלייך ביים צווייטן טאג, האט ער שוין באווייזן אז ער איז מעלה בקודש איז דאס ניט מספיק, און ער דארף אזוי אויפטאן במשך פון אלע גאנצע זיבן טעג, וואס זיי זיינען כולל אלע שינויים פון ימי השבוע.
- proofread
- 0