עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-82t1v9dq

kind
paragraph
order
K
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
תורתו אומנתו, ועד כדי כך, אז כפי לאז אין פוסקים, אז מ'דארף ברענגען א דוגמא אויף תורתו אומנתו ברענגט מען דאס פון ר'שמעון בן יוחאי וחברותא וחברי'דילי פון זיינע תלמידים, וואס דא ווערן זיי אנגערופן ניט בשם תלמידים נאר בשם חברים שלו, אויף באווייזן אז אין דעם ענין איז געווען א חברותא ביניהם און ס'איז געווען אן אחדות ביניהם, ביז אז ס'ווערט ווי א מציאות אחת. וואס דאס איז דאך במיוחד נוגע צו תלמידי ר'עקיבא און צו ר'עקיבא, און נוגע צו ענין ספירת העומר, אז ס'זאל זיין דער נהגו כבוד זה בזה. וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט דעם קיום פון כלל גדול בתורה וואס ר'עקיבא האט געזאגט ואהבת לרעך כמוך באווארנט דאס, אז ס'זאל זיין אזוי ביז כמוך ממש, און בפרט נאך מ'זאגט דאס אויך אין יעדער טאג, נאך קודם התפילה זאגט מען דאך אז מ'מקבל עליהם די מצות עשה פון ואהבת לרעך כמוך, און מ'איז מדייק אז דאס זאל זיין דוקא בדיבור, כדי ס'זאל זיין פארבונדן מיט חמשה מוצאות הפה, און פארבונדן מיט אותיות שבדיבור, ניט נאר במחשבה ובהחלטות טובות שבמחשבה, נאר ס'דארף ארויסקומען בדיבור,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions