English
ספרייה
kind
paragraph
order
QE
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אין טאג-טעגלעכן לעבן, ניט נאר ווען ער לערנט תורה און מקיים מצוות, נאר בכל דרכיך און אויך בכל עניניו, אפילו אין זיינע עניני הרשות לגמרי, ווערט ער דערנאך נמשך, ווי געזאגט, על כל היום כולו און על כל החודש כולו און על כל השנה כולה. וכאמור, והוא העיקר, אז די המשכה ווערט א פעולה נמשכת וואס זי איז נאך מוסיף כח אין יעדער אידן, אין אלע זיינע פעולות, זאל זיין דורכגעדרונגען מיט דעם געדאנק און מיט די ענינים וואס זיי זיינען דאך מיוסד, ווי דערמאנט פריער, אויף כל התורה כולה, ואהבת לרעך כמוך אנשים נשים וצף, דערפאר איז אויך, איז ווי דער מנהג בענין זה בשנים האחרונות, אז איידער מ'פארט זיך פאנאנדער יעדערער אין זיין שליחות אויף במקומו מאכן דארט א דירה לו יתברך, קלייבט מען זיך צוזאמען נאכאמאל אין א בית אין א מקום קדוש, אין א בית הכנסת, און א בית לימוד התורה, און א בית פון מעשים
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים