עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-7x7bta27

kind
paragraph
order
MF
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
גלוי'מערער מצליח ווי מ'טוט דאס מתוך יראה פון שרעקן א קינד. ואדרבא, מ'דארף זיך גאר אויסהיטן פון אנשרעקן א קינד כדי ער זאל האבן א רואיקן לעבן, וועט ער קענען רואיק דינען דעם אויבערשטן, ביז מתוך שמחה וטוב לבב. וואס אט די אלע פעולות, ובמיוחד פארבונדן מיט ל'בעומר, ווי דערמאנט פריער, אז דאס פארבינדט מען מיט קינדער, און ניט קינדער ווי זיי בלייבן שטיין אויפן זעלבן ארט, נאר זיי מאכן א תהלוכה, זיי גייען פון איין ארט אין א צווייטן, וואס דאס שפיגלט אפ דעם עצם החינוך, אז מ'ציט קינדער אז זיי וועלן גיין אלץ פארוועטס, אלץ מערערן און נעענטער צו די תכלית השלימות ווי ס'וועט זיין לעתיד-לבוא, וואס דעמאלט וועט דאך זיין דער תכלית הטוב, און זיכער, אז בא קינדער וואס זיי זיינען דאך נאך ניט געהאט די נסיונות, און אמאל א דורכפעל דורך די נסיונות, משא'כ קינדער וואס זיי הויבן ערשט אן זייער לעבן, ובפרט נאך פאר בר-מצוה אדער בת-מצוה, און על דרך זה אויך בא ניט-אידן, די צייט ווען קינדער ווערן שוין ערוואקסן, מיט זייער שכל, ביז
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions