Paragraph
Paragraph rh-7wdq8tc3
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-whjzzkrr
- order
- S
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו נעמט צו אונז דער אויבערשטער אליין ארויס, לוקטו לאחד אחד ווי מ'נעמט פאר'ן האנט און מ'פירט ארויס פון גלות, איז דאך פארשטאנדיק, אז קיינער קען דאס ניט אפהאלטן, און ס'איז אויך פארשטאנדיק, אז ס'דארף ניט נעמען קיין אריכות זמן, אפילו ניט קיין זמן סתם, נאר דאס ווערט אויפגעטאן גלייך מיט א זרירות הכי גדולה, וויבאלד אז דע אויבערשטער איז דאס מלקט קלייבט צוזאמען אידן, און אלע צוזאמען ווערט דאס א קהל גדול ובפרט אז דאס איז שנת הקהל יבואו הנה אין ארצנו הקדושה, וואס ווי געזאגט אויך אין קריאת התורה איז ירחיב הוי'את גבולך אז זי שטייט אין א הרחבה אין א ברייטקייט, אן קיינע זאכן וואס קענען ניט עפעס אפהאלטן פון גוטע זאכן, ואדרבא זי ווערט אויף ברייטער און שטארקער און גרעסער און טיפער און אידישער, און ביז וואנענט עד אין סוף, ווי דער אויבערשטער איז. און ס'ווערט אויך אין א צונא הקדושה עצמה, ווי מ'זאגט אין דעם קאפיטל פון תהלים הידוע דער ענין פון לוציאה יאמרי שיושידעולד בה והוא יחרמונא אמרין אז ירושלים אין ארץ-ישראל האט א ספעציעלן מצב ומאמר, ביז וואנענט אז דער אויבערשטער זאגט, אז ער פאררעכנט יעדער אידן וואו ער איז ניט געבארן געווארן, אפילו ער איז גאר געבארן געווארן אין חוץ לארץ, און אין זמן הגלות אין חוץ לארץ, אפילו ער איז געבארן געווארן אין ארץ-ישראל, אבער ניט אין ירושלים עצמה, שרייבט אים דער אויבערשטער אריין ווי א געבארענער אין ירושלים, והוא יכונניה עליון און דער אויבערשטער פארפונדעווע אים, אז ער זאל שטיין אין א שטארקייט אויף דורכפירן זיין שליחות בכלל, און שליחות על צביאת ה'ממיוחד, און מיט א שטארקייט אויף העלפן אלע אידן ארום זיך, אזוי זיי זאלן זיך פירן אזוי. וואס דאס וועט נאכמערער צוהיילן דעם בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו נאכמערער צוהיילן, אז ס'ווערט דער קהל גדול, ועוד ועיקר, אז דער קהל גדול
- proofread
- 0