Paragraph
Paragraph rh-7sqjx9a5
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-y46c9fhx
- order
- w7
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- נרות יום-טוב פון חג השבועות און שבתות שלאחרי זה, און די נרות יום-טוב פון חג השבועות און ימים טובים שלאחרי זה, און וויבאלד אז דער אויבערשטער זעט ווי אידן זיינען און וואס אידן האבן מחליט געווען, ובפרט וואס די עקרת הבית האט מחליט געווען, היילט ער נאכמער צו די גאולה האמיתית והשלימה, אזוי אז תיכף ומיד ממש קומט די גאולה האמיתית והשלימה. ובפרט ווי ס'פירט זיך, אז מ'איז מסיים מיט מאכן שליחות אויף אפגעבן אויף צדקה און מתי זיין משלו, איז דאך די סגולה פון צדקה, אז זי היילט נאך מערער צו אלע ברכות פון דעם אויבערשטן, עאכו כמה די ברכה עיקרית וואס איז פארבונדן מיט כלל ישראל, און מיט כלל ישראל, אף על פי וואס ער האט פארשפרייט איבער דער גאנצער וועלט, איז דורך דערויף וואס א איד אדער א פרוי איז מקיים איין און איינציקע מצוה אין דעם ארט וואו זי געפינט זיך, גיט זיי צו ליכטיקייט און קדושה בא יעדער אידן, סיי מערנער און סיי פרויים, בכל העולם כולו, און דאס אלץ פארבינדט נאכמערער אידן אלע צוזאמען, אז ס'ווערט אן עם אחד און וואס דאס גופא איז נאכמער ממהר די גאולה האמיתית והשלימה, תיכף ומיד ממש.
- proofread
- 0