עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-7pj7z4yj

kind
paragraph
order
ES
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
המחישים זה את זה איז דארף מען האבן א כתוב השלישי שיבוא ואחרי'ביניהם. וואס ס'איז דא לכאורה ווערט בא דעם תינוק, און ניט נאר בא דעם תינוק, אפילו בא דעם ערוואקסענעם, די שאלה וויבאלד אז ס'איז דא דער כתוב השלישי שיבוא ואחרי'ביניהם איז וואס דארף מען פריער שרייבן די פסוקים אין אן אופן אז זיי זיינען מכחישים זה את זה, וואס דאס זאגט דאך תורה אליין אז זיי זיינען מכחישי זה, ובפרט נאך אז מ'לערנט דאס אין פשוטו של מקרא, ואדרבא, גאר פארשטאנדיק ווי מבואר אין חסידות די מעלה פון א שלישי ווי אזוי ס'איז דער מכחישין זה את זה מיט א גאנצן שטורעם, ווי ביתר שאת וביתר עוז. ווערט דאך די שאלה, האט מען נאך לכתחילה געדארפט יוצא-זיין מיט דעם כתב השלישי אליין, וואס ער איז מכריע ביניהם, איז וואס דארף מען האבן דעם ענין פון פריער שטייט איין כתוב, דערנאך שטייט א צווייטער כתוב, און דערנאך ערשט קומט אין א כתוב השלישה שאחרי'ביניהם, און ביז דעמאלט איז דאס זאגט תורה אליין, אז זיי זיינען מכחיש זה זה. איז כמדובר כמה פעמים, אויך מוזכר איצטער, וויבאלד אז רש'באווארנט ניט אט די קשיא, איז פארשטאנדיק אז בן חמש למקרא פארשטייט אליין
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions