פסקה
פסקה rh-7ne9zsap
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-extjh773
- order
- 6n
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- זיך בכלל ניט געזען, און ס'איז א נייער אורח, א נייער גאס, איז דאך פארשטאנדיק די גרויסע שמחה וואס מ'האט דערביי, בפרט נאך מיוסד אויף ואהבת לרעך כמוך, ביז כמוך ממש, איז דאך פארשטאנדיק, אז צום אלעם ערשטן פרעגט ער ביי אים וואס איז זיין מעמד ומצב און ווי לעבט דאך אים און וואס איז זיינע בני בית, און צי איז ער צופרידן פון דעם אויבערשטנ'ס ברכות וכו וכו,' און ניט ער הויבט ניט צו אים אן רעדן וועגן דאגות און וועגן וואכעדיקע זאכן וכו במילא פרעגט א איד די שאלה, דער אויבערשטער האט אים געגעבן א מעגלעכקייט, בדוגמא ווי ס'איז געווען בא נוח'ן, האט אים אריינגעשטעלט אין א טובה, בפרט נאך לויט דעם ווארט אין לימוד פון בעל שם טוב, אז בואו אל הטובה מיינט מען דאס אין עבודת השם, אז מ'זאל אריינגיין אין טובה אין די ווערטער פון תפילה און אין די ווערטער פון תורה, וואס דאס איז במשך כל השנים כולם ווערט דאס א טובה, א באשיצונג פון מים רבים וואס געפינט זיך אין וועלט, און היט אים אפ און ער זאל האבן ברכת השם, בדוגמא ווי ס'איז געווען בא נוח'ן בפשטות אין דער טובה, וואס ער האט דאך געהאט כל מזונות שלו, און געווען באשיצט פון אלע זאכן, און געווען באווארנט ער זאל דינען דעם אויבערשטן, און דינען דעם אויבערשטן כל היום וכל הלילה, ווי דערציילט אויך אין מדרש, אז בנוח איז געווען א פארנומען מיט ממלא-זיין די שליחות פון דעם אויבערשטן, אז ער זאל אפהיטן און אויפהאלטן און אויפהאדעווען די אלע ברואים וואס געפינען זיך אין דער טובה.
- proofread
- 0