יום שמחת תורה תרפ"ט
44
השו"ב הוא מעמודי העולם, דאָס וואָס ער קיילעט איז דאָך צוליב להכשיר את הבשר, מאַכן כשר'ע פלייש, מאַכן פון נבילה וטריפה כשר'ע פלייש. אבר מן החי איז נבלהנח, שארי קלקולי האברים בשחיטותנט הם טריפה. וואָס דער שוחט בשחיטתו ובדיקתו כדין וכהלכה מאַכט כשר'ע פלייש. איז דאָס אַ גרויסע עבודה און אַ שווערע. וואָס בשר איז מעורר התגברות הדםס, און בכלל בשר איז ניט קיין גוטע זאַך, עס קאָן מעורר זיין גבורות. נאָר אַז ער מאַכט אַ ברכה על השחיטה, והבדיקה היא כהלכתה, איז ער דאָס מברר. לזאת, אַז דער שוחט גייט אויף להכשיר את הבשר דאַרף ער וויסן אַז ער איז פון די עמודי העולם.
אַ רב, שוחט, מלמד, זיינען דאָך די ג' עמודי העולם און זיי רופט מען נטורי קרתאסא. דאַרף דער שוחט זען וואָס טוט זיך אין די בתי מדרשים, ניט אין איין בית המדרש, נאָר אין די בתי מדרשים, מ'זאָל לערנען גמרא כו', וויסן וועגן חדרים, תלמוד תורות, ניט איין תלמוד תורה נאָר תלמוד תורות, ישיבות, וועגן טהרת המשפחה, אַ מקוה מי שצריך לילך, און ריידן וועגן דעם עם אלו שצריכים לידע, און שרייבן דורך צעטלען וכדומה. וואָס דאָס איז דאָך אין פלוג דעם רב'ס אַרבעט. איז דער אמת איז אַזוי, אַז דאָס איז דעם רב'ס אַרבעט, דער רב איז דער ראש העדה, ער איז די קאָפּ, אָבער אַ קאָפּ דאַרף האָבן אַ האַרץ און פיס. דער רב אויף וויפל ער זאָל זיין אַ גדול בתורה ויראת שמים, מוז ער האָבן העלפער, די שוחטים וכל העדה. דער רב דאַרף מיסד זיין חדרים, דאָס איז נוגע דעם רב. וכידועסב שבעל המחבר ספר דעת קדושיםסג, שהי' רב, ובעירו אם הי' מי עושה דבר לא טוב, הי' הוא עושה תשובה על זה, דהעיר נוגע להרב, וגם להשו"ב.
וואָרום דער לימוד דאַרף זיין קמץ אלף אָ קמץ בית באָ. באָ איז דער טייטש: געקומען, דאס הייסט, דער גילוי אלקות. וואָרום אותיות זיינען כלים צו דעם גילוי אור התורה, וואָס דאָס איז חכמתו יתברך. אָבער ווען איז דאָס, אַז ער זאָגט דווקא קמץ אלף אָ קמץ בית באָ, אָבער אַז מען זאָגט ניט קמץ א כו', איז סוף כל סוף וועט דער קינד זיין, חס ושלום וחס וחלילה, אַ כופר באלקי ישראל חלילהסד. אַז מען לערנט מיט אים קמץ אלף אָ קמץ בית באָ, וועט ער בלייבן אַ מאמין, וואָס אין די גילוים זאָל מיט אים ניט זיין, וועט ער בלייבן אַ מאמין באמונה שלמה. דאָס
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- תרפ"ח-תרצ"א
- Id
- rh-7mrpt390
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.