Paragraph
Paragraph rh-7j99p6sh
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jmgp881s
- order
- w7
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און איצטער פליט מען אלע צוזאמען, בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו, צוזאמען מיט אלע נכסים, און צוזאמען מיטן גאנצן אייגענטום, ובפרט בתי כנסיות ובתי מדרשות, סיי די עזרת אנשים און סיי די עזרת נשים, צוזאמען מיט די בענק און מיט די סידורים און מיט די ספרים, ווי דערמאנט כמה פעמים, ועוד והוא העיקר תיכף ומיד ממש. ענין הצדקה זאל דאס נאכמערער צוהיילן, ובפרט ווי דערמאנט פריער, אז יעדערער וועט נאך מוסיף זיין צו די סימבאלישע צדקה וואס ער האט באקומען איצטער על ידי המחלקות, דורך די וואס וועלן דאס פארמאנט דערציילן וועט זיי נאך צוגעבן סיי די מוטער און סיי די באבע און סיי די טאכטער און סיי די גאר קלייניקע טאכטער, וועט זיי צוגעבן פון אייגענע געלט אויף זיין נאכמערער צדקה, און ס'וועט זיין נאכמערער זירוז, אז תיכף ומיד קומט די גאולה האמיתית והשלימה, און מ'געפינט זיך אלע צוזאמען אין מנעני שמיא בארצנו הקדושה, ובירושלים עיר הקודש ובהר הקודש ובבית המקדש, און מ'גרייט זיך דארטן צו קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.
- proofread
- 0