Paragraph
Paragraph rh-7hx8ke86
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-xpx3xjfg
- order
- 6
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דער רמב״ם שרייבט דאך אין דער הקדמה לספרו, וואס היינט איז דאך זיין יום הילולא פון דעם רמב״ם'ס, אז דאס איז בדוגמא אז בשעת מ'לערנט חמשה חומשי תורה און דערנאך גייט מען אריבער און מ'לערנט דעם ספר הרמב״ם, איז דאס א משנה תורה פון די ענינים וואס דאס איז כולל אין זיך כל התורה כולה, כל הלכות וואס אין דער גאנץ ספר וואס איז אין גאנץ תורה, סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבעל פה, וואס דארטן שטייען זיי בגלוי, וואס דאס איז דאך א נפלא'דיקע זאך, אז אזוי זאגט ער דאך, אז דאס איז משנה תורה, בדוגמא ווי אין משנה תורה, בפשטות, איז דאך דא מערער ומחידושים, ביז חדשים ממש, לגבי די ענינים פון די ד' פון די ד' פון חמשה חומשי תורה, על דרך זה אויך, און נאך ביתר שאת וביתר עוז, איז דא אין ספר משנה תורה פון דעם רמב,"ם מערער שלא בערך וויפל ס'איז דא אין חמשה חומשי תורה צוזאמען מיטן פינפטן ספר פון משה רבינו, אפילו ווי ס'איז דא מערער וויפל ס'איז דא אין תורה שבעל-פה, ווי זי איז אין ששת סדרי משנה, ווי ער שרייבט אליין אין דער הקדמה, אז ער האט אריינגענומען אין זיין ספר האט ער ארויסגעקליבן די הלכות פסוקות די וואס שטייען אין תורה שבכתב און אין תורה שבעל-פה, אין די ששת ספרי משנה, און אויך וואס שטייט אין גמרא, וואס אויך וואס שטייט אין די שפעטערדיקע ספרים, ניט נאר אין די פריערדיקע ספרים פון ברייתא און מכילתא וכיוצא בזה, נאר אויך אין די שפעטערדיקע ספרים פון די גיונים און פאר דערויף פון די הלכות גדולות וכו כמדובר כמה פעמים בארוכה. וואס דאס קומט על פי זה אויס, אז אין משנה תורה פון דעם רמב", איז שלא בערך מערער על דרך ווי דאס
- proofread
- 0