English
ספרייה
kind
paragraph
order
3s
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מלמד אליין, נאר זיי לערנען מיט דעם וואס העלפט ארויס דעם מלמד, ס'איז דאך געווען א בהעלפער ביי א מלמד פון קליינע אידישע קינדער, און דערנאך דערמאנט בשעת מ'דערמאנט וועגן זיינע גרעסטע זאכן און די גרעסטע ניסים וואס ער האט באוויזן, הויבט מען אן צו די דערמאנונג דערמיט, אז מיט וואס האט ער אנגעהויבן, נאך איידער אלע איבעריקע זאכן האט ער זיך פארנומען דערמיט ווי אזוי צו לערנען און איינגעוואוינען אידישע קינדער, אז זיי זאלן געדענקען און דערמאנען אויף אינו שבשמים זייער פאטער, וואס ער איז אונזער פאטער, און דער פאטער פון אלע אידן אין דער גאנצער וועלט און אין אלע דורות, וואס דאס איז דער אויבערשטער, און ווי מ'הויבט יעדער איד אן זיין טאג, יעדער טאג, אפילו א וואכעדיקן טאג, און זיכער אזוי אין די טעג פון אלול, און ענדליכע טעג, מ'וועט זאגן פון מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי בחלל הרבה אמונתך
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים