פסקה
פסקה rh-7h3mwva4
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-grwye3ms
- order
- GJ
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אז אף על פי וואס ס'איז דאך דא אויך א דעה אויף גלו לגבל איז דאך אבער אויך אראפגעבראכט, און אראפגעבראכט מיט כמה ביאורים בזה, ווי אזוי די לוחות געפינען זיך טאקע אין אן אופן נסתר ניט בגלוי, אבער זיי געפינען זיך אין אן אופן וואס ס'איז פועל פולתו ביז אין חקיקה בכל אחד ואחת וכל בני ישראל, ווערט אין אים איינגעקריזט די אלע עשרת הדברות וואס אין די לוחות, און וואס אין זיי איז דאך אויך געווען, ווי ער זאגט אין ירושלמי, אז ס'איז געווען דאך אויך כולל די תרכ ה אותיות, וואס דאס איז אין די לוחות צוזאמען מיט וואס כתוב בינתיים מזה ומזה הם כתובים והמכתב מכתב אלקים, וחרות על הלוחות, איז געווען חרות ביז כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש, ביז אויך אט דאס וואס א תלמיד חסיד ותיק האט מחדש געווען היינטיקן טאג, און וועט מחדש זיין אין דעם המשך פון היינטיקן טאג, און דאס וועט ווערן גלייך די הכנה קרובה צו תורה חדשה ויתר תצא, צו דעם ענין אין תורה ווי דער אויבערשטער איז מחדש,
- proofread
- 0