Paragraph
Paragraph rh-7gmyr8ww
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-wjskn0f9
- order
- a
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- על דרך ווי מ'זאגט ביום הולדת, על דרך זה וביתר שאת אין יום וואס ענדיקט זיך די חיים חייתו עלי אדמות, וואס דעמאלט האט ער דאך כאמור לעיל כל עבודת אשר עבד שטייט דאס אלץ בבת אחת בגלוי, איז דאך פארשטאנדיק, אז דעמאלט איז דער לעבן מיט דער צייט וואס ער האט דאס געמאנט און געגעבן כח אויף דעם, שטייט דאס ביתר שאת וביתר עוז, במילא האט מען זיין סיוע בזה, ביתר שאת וביתר עוז, און אויך די סיוע במיוחד בנוגע צו טוב לשמים וטוב לבריות, וואס כאמור איז דאס אויך כמדובר כמה פעמים דאס איז אויך מרומז אין שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש, אז יוסף איז דאך אויך דער ענין פון יוסף לי הוי'בן אחר ווי דער צמח צדק טייטשט אס אפ, אז מ'מאכט פון אחר א בין, איז דאך דאס טוב לשמים וטוב לבריות. און וואס נאך מערער, אז מ'טוט דאס אין אן אופן פון שמחה בטוב לבב, וואס דאס איז דאך דער שמו השני יצחק, וואס דאס איז דאך כל השומע יצחק לי דער ענין פון שמחה וטוב לבב, וואס דעמאלט איז מען נאך מערער מצליח אין טאן מיט א צווייטן, און בפרט נאך אין בריות, בשעת מ'טוט דאס מיט זיי, מתוך קירוב הלבבות, און דורך דערויף וואס מ'איז מעורר אין זיי דעם ענין השמחה והצחוק של טוב, פון טוב לשמים וטוב לבריות, כמדובר, איז דאך דעמאלט האט מען דאך דעם סיוע פון דעם בעל היארצייט, אז וויפלט נאך אז ס'הויבט זיך אן דער שנת הארבעים, וואס קיים אינש הדעתא דרבו, אז במשך כל שנה זו זאל זיין נאך ביתר שאת וביתר עוז דער ציוע שלו, סיי אין דעם ענין פון יוסיף לי הוי'בן אחרית, סיי אין דעם ענין פון כל השומע יצחק לי הידור וואס הערט דאס, אפילו ער איז ניט שייך צו ראי ער איז אבער שייך על כל פנים צו שמיע, פועל'ט ער אין אים שוין אויף דעם ענין של שמחה.
- proofread
- 0