Paragraph
Paragraph rh-7fvs836v
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-vb7mhpaz
- order
- YR
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- וואס אזוי איז אויך בהנוגע לעניננו במיוחד, אז ס'קומט די הדגשה פון פרשה פרה, איז פארענטפערט אט די שאלה היתכן, אזא זאך וואס אפילו משה רבינו, בכל שכן שלמה המלך, האט געדארפט האבן א גילוי און א דיבור מיוחד פון דעם אויבערשטן, און דערנאך נעמט דאס א קטן שבישראל, און ס'ווערט ביי אים אינגאנצן פארשטאנדיק פארשטאנדיק ביי א אידן ניט דאס איז דער תכלית, און ניט דאס איז דער אמת'ער פארשטאנד, דער אמת'ער פארשטאנד איז, אז דאס נעמט-דורך זיין רגש, ביז וואנענט אז ער א אז דאס איז די מציאות אמיתית אויך ווי דאס איז פארבונדן מיט רגש, ואדרבא דאס איז די מציאות אמיתית ווי דאס איז פארבונדן מיט רגש. ובדרך ממילא איז אויך פארשטאנדיק, אז דאס האט א הסברה אין שכל, ס'איז אבער ניט אויף אזויפיל דעמאלט נוגע די הסברה בשכל, וויבאלד אז ער האט שוין זיין רגש במקום המתאים ובאופן המתאים וכו'וכו.' וואס דאס איז אויך דער לימוד האמור פון פרשה פרה, אז בשעת מ'קומט צוגיין לייענען פרשה פרה, איז אט דעמאלט ווייס מען דאך וואס ער זאגט אין דערויף אין תורה שבעל פה וואס דאס איז פירושה פון פרשה פרה, ווי אזוי ס'איז געווען עלמה מעין כל חי אפילו פון שלמה המלך און אפילו פון משה רבינו וואס קיבל כל התורה כולה מסיני ביז וואנענט ער האט געהאט דעם גילוי מיוחד, משא'כן אז ס'קומט דערנאך דער שבת עצמו, און מ'האט דעם כח פון שבת מקדשא וקיימא, נוסף אויף דעם כח וואס א איד טוט אויף אין שבת המנהיג את השבת, גיט אים דער שבת דאס גופא דעם כח, אז ס'זאל זיין אויפגעטאן ביי אים אט דאס בעין ובדוגמא וואס ס'האט אויפגעטאן אמירת פרשה פרה בפעם הראשונה צו משה רבינו,
- proofread
- 0