English
ספרייה
kind
paragraph
order
qS
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און ס'זאל קומען די גאולה נאך פריער, ביז אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו יעדערער, אין אן אופן פון קהל גדול, אנשים, נשים וטף, יבואו הנה קומען אלע צוזאמען, און אויפן שנעלסטן אופן, אין ארץ הקודש, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא אין דער הר הקודש, אין הר הבית, און דארטן גופא אין דעם בית בית-מקדש השלישי, און די אלע זאכן, במהרה בימינו ממש, לא עיקבם אפילו כהרף עין. ובפרט נאך אז ווי מ'פארענדיקט דעם צוזאמענקלייבן זיך דורך דערויף וואס מ'גיט יעדערן און מ'מאכט יעדערע פאר א שלוחת מצוה, אז מ'האט באקומען א דאלער און אים אפגעבן דאס אויף צדקה, צי היינט אדער מארגן, אבער בכל אופן, פאר חג השבועות, וואס צדקה האט דאך א ספעציעלע אייגנשאפט, אז זי היילט נאך מערער צו דעם ארויסגיין פון גלות און ברענגען די אמת'ע גאולה, אנהויבנדיק אויך ארויסגיין פון דעם גלות הפרטי, פון די פערשידענע זאכן וואס בא יעדערן איז אפשר דא אין זיין פריוואטן לעבן, אין פרטיות'דיקן לעבן, וואס זיי רירן אן, אז זיי מנוחת הנפש אדער איר מנוחת הנפש איז ניט אין דער פולסטער מאס האט צדקה א ספעציעלע סגולה, אז פונקט אזוי ווי צדקה גיט זיך צו לעבעדיקייט און שפייז, אדער אנדערע נויטיקייטן, דעם וואס איז מקבל די צדקה, צי דאס איז א מענטש, א פריוואטער מענטש, אדער דאס איז א מוסד וואס פארנעמט זיך מיט מערערע אידן און מיט מערערע מענטשן, על אחת כמה וכמה אז מ'איז נאך מוסיף אין דער צדקה, איז זיכער דער אויבערשטער איז מוסיף במדה כנגד מדה אין אלע זיינע ברכות וואס ער גיט, אנהויבנדיק אז ס'זאל זיין א געזונטער זומער און א פריילעכער זומער אין אלע הינזיכטן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות, וואס דאס זאל נאכמערער צוהיילן און
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים