Paragraph
Paragraph rh-7ek7282k
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-mksvhfwh
- order
- 6t
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- די וואס לערנען מיט זיי און די וואס פירן מיט זיי אן און ווייזן זיי די ריכטיקע וועג, זיינען די שלוחים וואס דער אויבערשטער האט זיי בהשגחה פרטית אריינגעגעבן אין דעם געדאנק פון די וואס דארפן אויסקלייבן די מדריכים ומדריכות, ווי אזוי צו אנצופירן מיט דעם אויבערשטנ'ס קינדער, וואס דאס איז דאך יעדער אידישער קינד, און זיכער אזא קינד וואס באקומט דעם ריכטיקן חינוך ליגן דעם אויבערשטנ'ס תורה, און ווערט געבענטשט מיט די ספעציעלע ברכות וואס קומען צוזאמען מיט לערנען תורה און מקיים-זיין אירע מצוות, ועוד ועיקר אויפפירן זיך טאג-טעגלעך, ניט נאר אין דער צייט ווען מ'געפינט זיך אין קעמפ, נאר נאכמערער בשעת מ'האט דעם גאנצן טאג בא די עלטערן אין הויז, און א טייל פון יעדער טאג, פון דעם גאנצן טאג, אין א חדר אדער אין א תלמוד-תורה אדער אין א ישיבה קטנה, באווייזן זיי דאך אין טאג-טעגליכער אויפפירונג ווי אזוי זיי פאלגן נאך אבינו שבשמים, איז דאך א זיכערע זאך, אז דער אויבערשטער האט פאר זיי ספעציעלע ברכות, און ס'איז א ספעציעלע הצלחה
- proofread
- 0