Paragraph
Paragraph rh-7an3m7cr
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jqqpyb7t
- order
- 97
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אויך צו אט די וואס זיינען קומען לאחרי עשר שנים שלו בחיים חייתו בעלמא דין, כמדובר כמה פעמים. ואדרבא, איז דארט וויבאלד אז ס'קומט-צו נאכמערער ריחוק אין זמן קומט-צו נאכמערער געגויים, וואס דאס פועל'ט אויף כח התענוג, וואס ער פועל'ט דאך הרחבה אין כל כחות הנפש, אין די כוחות פנימיים פון דעם נפש, אז מתוך תענוג אמיתי זאל דאס פועל זיין, און נאכמער מוסיף זיין אין שמחה וטוב לבב, אין מקיים-זיין כל שליחות הקב,"ה. בפרט נאך אז דאס קומט בהמשך צו א טאג וואס דעמאלט איז געווען וואס אפילו ניט-אידן האבן גענומען איינטייל אין דער גאולה פון דעם נשיא הדור, רבי'ן דעם שווער, כמסופר בפרטיות אין דעם קונטרס המאסר והגאולה און די פפרים שבעל פה, אויך די טייל וואס איז נאך מאיזו סיבה שתהי'נאך ניט געדרוקט געווארן, אבער נתפרסם געווארן, אדער אפילו נאך ניט נתפרסם געווארן, אז דא קומט-צו דער ענין מיוחד שבנשיאות זו, במילא אויך שבבגישה זו, וואס דאס איז מיוחד דוקא צו דעם טאג וואס קומט בהמשך צו דעם חג הגאולה י'ג'תמוז, בהמשך צו כללות חג הגאולה, וואס דאס איז כולל אין זיך אויך י'בית תמוז, און די התחלה גאר י'בית תמוז, וואס דאס איז ביום השבת קודש, וואס דעמאלט זיינען דאך אלע ענינים מתוך עונג, און אלע ענינים אין אן אופן של שלימות, ומני'מתברכי כולי יומי", די אלע ימים הבאים שלאחרי זה, אנהויבנדיק פון די טעג פון אט דער וואך. בפרט נאך אז מ'נעמט אויך כהוראה הידועה פון פרשת השבוע פון פרשה פינחס, וואס איר הויבט זיך דאך גלייך אן מיט דעם ענין פון מנין בני ישראל,
- proofread
- 0